טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:נייטראלער

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
כוכב אספקלריה
דיין פארזיכטיגקייט און שיקול הדעת ביים באקוקן ערכים איז באמת צום באוואונדערן! — צמא לדעתשמועס • י"א כסלו ה'תשפ"ג 11:56, 5 דעצעמבער 2022 (IST)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איין הערה נאר. לעת עתה איז כדאי אויסצולאזן די ארטיקלען וועלכע קענען גרינג ווערן איבערגעשריבן אין המכלול, צו ערזעצן די וויקיפעדישע. דאס רעכנט אריין:

  • דאטומען אין אידישן לוח, ולהבדיל אין אלגעמיינעם
  • יארן אין אידישן לוח, ולהבדיל אין אלגעמיינעם
  • טעג פון דער וואך
  • נומערן
  • אותיות, און להבדיל בוכשטאבן

די ארטיקלען פארמאגן געווענליך נישט תוכן פסול ממש, און אפילו ווען זיי זענען פיצל אדער אומענציקלאפעדיש קען מען זיך נישט ערלויבן זיי צו מעקן. זיי קענען גרינג ווערן געשריבן פונדאסניי אין א פאראייניגטע פראיעקט, אלע אויפאמאל, צו שאפן א ריבוי כמות פון אריגינעלע ארטיקלען דאהי.

און א דאנק נאכאמאל!

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

אין אנדערע ווערטער, לאזן די דערמאנטע "אומבאקוקט". איא?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

יא, אויף דערווייל. אויב וועט מען טאקע זיי אלע שנעל ערזעצן איז אביסל א שאד די צייט וואס מען קוקט זיי יעצט איבער.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

כ'זע האסט אויסגעלאזט "חדשים" - וואס איז דער דין דערביי?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

כ'בין מסופק געווען... חדשים פארדינען געווענליך א לענגערע און זאפטיגע באשרייבונג ווי בלויז דאטומען, וואס קען אויך נעמען מער קאפ און דארפן ווארטן אויף שפעטער.