המכלול:רייניגונג פראיעקט/וואס צו רייניגן

דאס זענען די רייניגונג-אנווייזונגען פאר ארטיקלען אריבערגעברענגט פון וויקיפעדיע. דאס זענען נישט די אנגענומענע פרינציפן פאר ארטיקלען געשאפן דאהי, וועלכע וועלן נאך בעז"ה אויסגעארבעט ווערן באזונדער.

כפירה

  • כפירה אין די עיקרי אמונה: א סתירה צו איינע פון די י"ג עיקרים לויט ווי אנגענומען אין כלל ישראל, סיי דירעקט און סיי אומדירעקט.
  • כפירה אין רוחניות: פארלייקענען דעם עקזיסטענץ פון נסים, מלאכים, נשמה, וכדומה. פארגלייכונגען כלאחר יד פון שדים צו פעריס, כישוף צו אבערגלויבנס, וכדומה, דארף פארראכטן ווערן.
  • כפירה אין תורה: באציאונגען צו סיפורי התורה ווי להבדיל צו לעגענדעס; מייחס זיין חלקים פון תנ"ך צו אנדערע מחברים ווי לויט חז"ל והמסורה; רעדן וועגן אנטוויקלונג פונעם נוסח און איבער די "כוונה פונעם רעדאקטאר". ווען דברי התורה ווערן אראפגעברענגט מיט א "נייטראלע" בליק (אזוי צו זאגן), ווי: "לויט די תורה" איז די מעשה געווען כך וכך, דארף עס פארראכטן ווערן.

קדושת התורה

  • שמות הקודש: טוישן שמות שאינם נמחקים, און בכלל שרייבן בדרך כבוד בנוגע צו השי"ת און דברי קדושה.
  • להבדיל: פארגלייכן אידישקייט מיט אנדערע רעליגיעס, הלכה'דיגע אידישקייט ווי איין מעגליכקייט פון אסאך גלייכע, וכדומה. דאס איז נאר ווען דאס איז וואס ווערט ארויסגעברענגט, דירעקט אדער אומדירעקט; ווען אידישקייט ווערט אויסגערעכנט צוזאמען מיט אנדערע אידעאלאגיעס לגבי א געוויסע פרט, איז גענוג צוצולייגן "להבדיל" - "עס איז פארבאטן צו עסן חזיר לויט די תורה, ווי אויך, להבדיל, אין די איסלאמישע רעליגיע". ווערטער איבער "שטרעמונגען אין אידישקייט", "די ארטאדאקסישע סעקטע פון אידישקייט", וכדומה, קענען געווענליך אויך גרינג געטוישט ווערן.

כבוד חכמים

  • תואר: רבנים און גדולי ישראל, שרייבן מיט טיטול לויט ווי געוואוינט פאר יענע תקופה (געווענליך "רבי"), אויסער די וועלכע מען רופט "הרב" אויף היימיש אידיש וועלכע דארפן אזוי באצייכנט ווערן - סיי אינעווייניג אין ארטיקל און סיי אלס נאמען פון ערך.

צניעות

אומפאסיג און אומוויכטיג: ארטיקלען וועלכע זענען אינגאנצן נישט געאייגנט פאר שומרי תורה צוליב פריצות וכיעור, אדער וועלכע קענען נאר אינטערעסירט די מיט א פארגרעבטע לעבנסשטייגער (ווי איבער מאדעלקעס), ווערן אינגאנצן געמעקט.

אומפאסיג אבער וויכטיג: אומאיידעלע אויסדרוקן דארפן פארראכטן ווערן, צומאל מיט א קלייניגקייט און צומאל דורך ארומטוישן גאנצע זאצן און ארויסלאזן פרטים בדברים שבצנעה. אויב איז דער גאנצער ערך נישט גוט געשריבן ביסודו, קען זיין בעסער עס צו מעקן און שאפן א בעסערע ארטיקל פונדאסניי. ווערטער וועלכע ווערן געווענליך געמעקט צוליב אומאיידלקייט (אונס, זנות, וכדומה), קענען אבער יא גענוצט ווערן אין ערכי תורה והלכה ווען דאס איז וואס שטייט.

אומפאסיגע בילדער: אריינגערעכנט בילדער פון פרויען - מעקן. אין פאל פון ספק קען מען געווענליך זען אויב דאס בילד איז שוין געמעקט געווארן אין העברעאישן המכלול.

דאטומען

  • פריער ווי שנת הבריאה: יארן וועלכע שטימען נישט מיט'ן חשבון השנים לויט אונזער מסורה, אויב קען מען גרינג פאררעכטן, ווי טוישן "צוועלף טויזנט יאר צוריק" אויף "אין פרע-היסטאריע" זאל מען אזוי טון; אויב נישט, זאל מען צולייגן דעם [[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]].