דרעפט:רבי מנחם מענדל קראכמאל

רבי מנחם מענדל קראָכמאַל
געבורט 1600
ה'ש"ס
קראקא, פוילן-ליטא
פטירה ב' שבט ה'תכ"א (אלט: 61 בערך)
מקום קבורה ניקלשבורג
מדינה מעהרן
רבי'ס רבי יואל סירקיש
תלמידים רבי גרשון אשכנזי
ספרים שו"ת צמח צדק

רבי מנחם מענדל קראָכמאַל זצ"ל (ה'ש"ס בערך – ב' שבט תכ"א) איז געווען ניקלשבורגער רב און הויפט רב פון מעהרין, א פוסק, און מחבר ספר שאלות ותשובות 'צמח צדק' הקדמון[1].

ביאגראפיע

רבי מנחם מענדל איז געבוירן אומגעפער יאר ש"ס אין קראקא, פוילן צו רבי אברהם[2] קראכמאל. ער האט באקומען דעם נאמען מנחם מענדל נאך זיין מאמע'ס טאטע מנחם מענדיל שמעלקיש, פרנס אין פשעמישל, זון פון יהושע, א נדיב וואס האט געבויט די בית המדרש אין פשעמישל. רבי מענדל האט געלערנט אין קראקא ביי רבי יואל סירקיש (דער ב"ח)[3], און האט אים באדינט און אויך נושא ונותן געווען פאר אים כתלמיד לפני הרב[4]. ער האט חתונה געהאט אין קראקא מיט מינקא, טאכטער פון רבי אברהם. אלס אינגערמאן איז ער באשטימט געווארן אלס דיין אין שטאָט און זיין רבי האט אים געשטעלט אלס ראש ישיבה. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי גרשון אשכנזי (שפעטער זיין איידעם), און רבי מנחם מענדל אויערבאך, דער עטרת זקנים.

נאך וואס עס האבן זיך אנגעהויבן די פּאָגראָמען פון די קאזאקן האט ער פארלאזט קראקא און אין שצ"ו איז ער באשטימט געווארן אלס רב אין קרעמזיר, מעהרן[5]. שפּעטער האָט ער געדינט אין פּראָסטיץ און אין ת"ח האט ער אנגעהויבן דינען אלס רב פון ניקלשבורג און די גלילות, ביז זיין פטירה.

אין זיין צייט פון אמט האט ער אוועקגעשטעלט אסאך תקנות איבער מעהרן אין ענינים פון קהילה פירערשאפט און שטייערן, צווישן זיי א תקנה צו פארמיידן דאס ארויפשרויפן די פיש פּרייזן דורך די גוים, נישט צו קויפן פיש פאר א שטיק צייט ביז די פרייזן ווערן גענידערט[6]. ער האט געפירט די אסיפה אין דרעזניץ אין יאר תי"ט אין וועלכע ער איז געשטאנען לטובת די ארעמע און קעגן די ראשי קהילה און די רייכע. ער האט אויך געארבעט אויף התרת עגונות נאך די גזירות ת"ח ות"ט.

זונטאג בא, ב' שבט תכ"א, איז ער נסתלק געווארן אין ניקלשבורג און דארט באערדיגט געווארן.

תשובות

רבי מנחם מענדל איז געווען א גרויסער משיב און מ'פלעגט צו אים שיקן שאלות פון איבעראל. פון זיינע תשובות האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר "צמח צדק". ער האט זיך געשריבן מיט'ן תוספות יום טוב[7], מיט רבי אפרים הכהן בעל שער פרים[8] און אנדערע גאונים. זיין זון רבי אריה לייב האט געדרוקט דעם ספר (אין אמסטערדאם?).

פאמיליע

זיין תלמיד רבי גרשון אשכנזי בעל עבודת הגרשוני האט געהייראט רבי מנחם מענדל'ס טאכטער נאך וואס זיין ערשטן ווייב איז אוועק[9].

ווען רבי גרשון איז אוועק איז נאך זיין זון רבי אריה ליב געווען אינגאון נאכנישט געהאט הוראה. אין תל"ה האט ער ממלא מקום געווען זיין טאטן אין ניקלשבורג.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. עס ווערט היינט גערופן בדרך כלל "צמח צדק הקדמון" עס צו פונאנדערשיידן פון שו"ת צמח צדק פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן דער דריטער רבי פון חב"ד.
  2. הסכמה אויפ'ן ספר קטורת הסמים לר' מרדכי קרעמזיר (אמסטרדאם תל"א)
  3. רבי מנחם מענדל ברענגט זיין רבי'ן דער ב"ח אין צמח צדק סימן ט', כ"ד, ל"ט, מ"ח, ס"ז, ע"ג
  4. סימן פ"ד, קי"ז
  5. סימן א'
  6. שו"ת צמח צדק סימן כח. געברענגט אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן רמ"ב
  7. סימן י"ד, מ"ב, ס"ח
  8. סימן קט"ו
  9. צמח צדק, סימן קי"ז