דרעפט:ישיבת תולדות אהרן

מוסטער:מוסד לימודי ישיבת תולדות אהרן איז די ישיבה פון חסידות תולדות אהרן.

היסטאריע

די גרינדונג פון די ישיבה האט פלאנירט רבי אברהם יצחק קאהן, דער ערשטער אדמו"ר פון חסידות תולדות אהרן אין יאר תשי"ד. אין אנהייב איז די ישיבה געווען אין שכונת מאה שערים (היינט די בית המדרש פון תולדות אברהם יצחק) און נאך די פטירה פון רבי אברהם יצחק איז זי אריבער צו די צענטראלע געביידע פון די חסידות אין נייטינ'ס הייזער וואס איז אין מאה שערים.

אין יאר תש"ע איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן באפעל פונעם רבי'ן נאך א ישיבה גדולה אין בית שמש מיטן נאמען "פרח מטה אהרן" דורך הרב חיים פויגל און הרב אהרן קאהן (זון פון רב הקהילה הרב ישראל חיים).

אין אלול תשפ"א זענען די ישיבות פון ירושלים און בית שמש אריבער קיין אלעד.

די ראשי הישיבה

מיטן גרינדונג פון די ישיבה אין יאר תשי"ד האט האדמו"ר רבי אברהם יצחק אויפגעומען רבי אברהם הערש הכהן צו שטיין אין שפיץ פון די ישיבה[1], אנהייב זומער תשכ"ב ווען ער איז אריבער דינען אלס משגיח אין ישיבת תומכי תמימים אין לוד האט אים ערזעצט רבי בנימין ראבינאוויטש, אין יאר תשל"ו ווען ער איז ערוועלט געווארן צו דינען אלס דיין אין העדה החרדית האט ער רעזיגנירט פון שטיין אין שפיץ פון די ישיבה, דעמאלט איז אויסגעקליבן געווארן אויף זיין ארט הרב חיים אורי פריינד, אין יאר תשנ"ז נאכן פטירה פונעם רבי'ן איז אויפגענומען געווארן זיין זון הרב משה קאהן צו שטיין אין שפיץ פון ישיבה צוזאמען מיט רבי חיים אורי.

ישיבות קטנות

תולדות אהרן פארמאגט אויך פינף ישיבות קטנות.

דריי אין ירושלים - אין בנין בית המדרש אויף שבטי ישראל גאס, אין עזרא גאס, און אין ישא ברכה גאס. נאך צוויי אין בית שמש, די אלטע "מטה אהרן" וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרב חיים פויגל, און די נייע "ויואל משה", (געגרינדעט אין יאר תשפ"ג). די ישיבות קטנות אין בית שמש שטייען אין שפיץ פון הרב מנחם נחום קאהן, זון פונעם רבי'ן און איידעם פונעם ראש הישיבה אין ירושלים הרב משה קאהן.

קישורים חיצוניים

מוסטער:חבורת שומר אמונים

הערות שוליים

  1. גליון "כי קרוב" מס' 95 פרשת עקב תשפ"ב עמוד 7.