אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה הלוי"

11,896 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 10 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24: שורה 24:
וכל היוצאים בעקבותיו
וכל היוצאים בעקבותיו
ללמוד מלאכת שירותיו
ללמוד מלאכת שירותיו
לא השיגו אבק מרכבותיו . ..,
לא השיגו אבק מרכבותיו…,
כי במלאכת הפּיוט לשונו ברור ושחוט,
כי במלאכת הפּיוט לשונו ברור ושחוט,
ובשירי תפילותיו ימשוך כל לב ויכבשנו,
ובשירי תפילותיו ימשוך כל לב ויכבשנו,
ובשירי חשק ניבו כשכבת הטל וגחלים
ובשירי חשק ניבו כשכבת הטל וגחלים בוערים ממנו,
בוערים ממנו,
ובקינותיו יזיל ענן הבכי ויבקיענו.
ובקינותיו יזיל ענן היכי ויבקיענו.
ואם יחבר אגרת או מגילה,
ואם יחבר אגרת או מגילה,
תמצא כל מליצה יפה בר כלולה ;
תמצא כל מליצה יפה בה כלולה;
כאלו מכוכבי רום גדולה
כאלו מכוכבי רום גדולה
או מרוח הקדש אצולה.
או מרוח הקדש אצולה.
ובאהל השיר נפתחו לו שערי גבוהים,
ובאהל השיר נפתחו לו שערי גבוהים,
כי שם נגלו אליו האלקים . . . “
כי שם נגלו אליו האלקים…“
</poem></blockquote>
</poem></blockquote>
ר’ אברהם בדרשי, דער פאטער פון ר’ ידעיה, מחבר פון דעם ספר 'בחינת עולם' באצייכנט אים מיט "אורים ותומים". און ס'איז אויך אנגענומען ביי מבינים, ליטעראטור קריטיקערס און אויטאריטעטן אויף דעם געביט פון לשון הקודש’דיקער פּאעזיע, דיכטונג אז אין שירה, אין העברעאישער דיכטונג איז נישט פאראן זיין גלייכן.
ר’ עזריה מן האדומים ז"ל, דער מחבר, פארפאסער פון "מאור עינים" האט אין א בריף צו זיינע תלמידים געראטן זיי צו שטודירן, לערנען רבי יהודה’ס ווערק. און ער האט געענדיגט זיין עצה מיט "השמר לך פּן תעזוב את הלוי" [דברים יב, יט] היט אייך נישט צו פאַרלאזן דעם לוי, מיינענדיג מיט דעם רבי יהודה הלוי.
און ס'איז כדאי צו באמערקן אז ער אליין האָט געשריבן וועגן זיך צו ר’ יהודה בן גיאת אין א שיר, וועלכער הייבט זיך אָן מיט "לבבי אליכם":
<poem>::ושירי יהודה, כביר התעודה
::חרוזים אחוזים, בכנפי כרובים
::היוכלון ספריו, להיכל דבריו
::ואינם באצבע אלקים כתובים?</poem>
וועגן זיין לעבן ווייסן מיר פארהעלטניסמעסיג זייער ווייניג.
ר’ גדליה ן’ יחייא דערציילט: ר’ יהודה הלוי איז געווען זייער רייך. ער האט געהאט א שיינע בת יחידה, אַן איין און איינציגע טאכטער. זיין ווייב פלעגט דערקוטשען אים ער זאל איר חתונה מאכן ביי זיין לעב צייט. איין מאל איז עס דערגאנגען אזוי ווייט, אז ער האט געשוואוירן איר צו מאכן חתונה מיט דעם ערשטן אידן, וועלכן ער וועט באגעגענען.
אין א שיינעם נאכמיטאג איז אריינגעקומען צו אים א בחור אָנגעטון אין אלטע, צעריסענע קליידער. ווען זיין ווייב האט דערזען דעם דאזיגן אָרימן בחור, איז איר געווארן "ליכטיג" אין די אויגן. זי איז אריינגעגאנגען אין איר מאנס ארבעט צימער און האט שטארק געוויינט. ר’ יהודה האט איר געטרייסט און איר געזאגט אז ער וועט לערנען מיט אים, און אז ער וועט מאכן גרויס זיין נאָמען. דער בחור האט פארהוילן פון אים זיין נאמען. ר’ יהודה האט געלערנט מיט דעם בחור תורה. און דער בחור, זייענדיג אליין א גרויסער למדן און דיכטער, האט זיך געמאכט כלומר’שט, אז אדאנק ר’ יהודה’ן שטייגט ער אין לערנען.
איין מאל, אין אַן אוונט, איז ר’ יהודה זיך פארזעסן אין זיין ארבעט צימער, ווייל ס'איז אים אנגעקומען שווער צו שאפן די סטראָפע מיט "ר" אין זיין פּיוט "אדון חסדך". זיין ווייב האט אים אריינגערופן אין עס צימער. און בעת ר’ יהודה האט געגעסן, האט זיין ווייב געוויזן דעם בחור דעם מאנוסקריפּט, כתב יד. דער בחור האט אויס געבעסערט דעם פּיוט אויף עטליכע ערטער, און ער האט אָנגעשריבן די גאַנצע סטראָפע "ר".
ווען ר’ יהודה האט דאס דערזען, האט ער זיך שטארק געפרייט. ער האט ארומגענומען דעם ארימן בחור און געקושט אים. ער האט אים געזאגט: "איצט זע איך אז דו ביזט עס דער אבן עזרא". דער בחור האט מודה געווען אז דאס איז ער, און ער איז געווארן ר’ יהודה’ס איידעם. מ'זאגט אז ר’ יהודה האט אים געגיבן זיין גאנצן פארמעגן, אבער דער אבן עזרא האט נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט נישט געוואלט הנאה האבן פון דער וועלט.
לויט דעם "ספר יוחסין" זענען ר’ יהודה הלוי’ס און דעם אבן עזרא’ס מוטערס געווען שוועסטערס. זיי זענען, אלזא, געווען ערשטע קוזינס{{הערה|זעט שלשלת הקבלה, זייטן צב־צג.
זעט מבוא צו דעם כוזרי, אויסגאבע אום; און סדר הדורות.}}.
דער אבן עזרא דערמאנט רבי יהודה הלוי’ן פילע מאל{{הערה|זעט: אבן עזרא, בראשית א, ג; שמות ד, י; ט, א יג, יד; כ, א "שאלני רבי יהודה הלוי, מנוחתו כבוד"; כד, יא; במדבר כז, ג; דברים יד, כב; כו, יז; כט, יח; לג, ה; זכריה ח, ו; תהלים יח, ה; ל, ח; מט, כא; עב, כ; עג, כה; פּ, טז; פב, ח; קלט, יד; און אויך קן, ו [?].
זעט דעם דיאלאג צווישן זיי ביידע אין דניאל ט, ב.
זעט "ר’ יהודה הלוי ור’ אברהם אבן עזרא" פון ר' נפתלי בן מנחם אין דעם בוך "ארשת", יאר־בוך פון פערבאנד פון ארטאדאקסישע שרייבער, ירושלים, תש"ד.}}.
אבן עזרא דערציילט: שאלני רבי יהודה הלוי מנוחתו כבוד, רבי יהודה הלוי האט אים געפרעגט: פארוואס הייבן זיך אן די עשרת הדברות, די צען געבאטן מיט "אנכי ה’ אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים", איך בין דיין אייבערשטער וועלכער האט דיך ארויסגעפירט פון מצרים. פארוואס הייבן זיי זיך נישט אָן מיט: איך בין דיין אייבערשטער וועלכער האט באשאפן הימל און ערד…? און ער האט אים געענטפערט: דעם באשאף פון הימל און ערד, פון דעם אוניווערס האט דאך קיינער געזען. דאקעגן דאס ארויספירן די אידן פון מצרים האבן דאך געזען אלע{{הערה|איך האב געהערט זאָגן אַז דער אבן עזרא האט געפרעגט עס רבי יהודה’ן. אבער דאס איז נישט ריכטיג. זעט אבן עזרא שמות כ, ב.}}.
אגב, רלב"ג ז"ל ערקלערט: ווייל דער וועלט באשאף איז דאך פאר אלע פעלקער.
דאקעגן יציאת מצרים, דאס ארויספירן די אידן פון מצרים איז דאך א ריין אידישער ענין; ס'איז נוגע בלויז דעם אידישן פאלק.
רבינו בחיי ז"ל דערמאנט אים אין פּרשת פּנחס, כז, ג.
דיכטונג, רעליגיעזע דיכטונג איז נישט ר’ יהודה הלוי’ס איינציג געביט. זיין כוח איז שטארק אויך אין רעליגיעזער פילאזאפיע. דארויף זאגט עדות זיין מאנומענטאל ווערק ספר '''הכוזרי''', וועלכן ער האט פארפאסט אין אראביש, און ר' יהודה אבן תיבון{{הערה|אין שה“ק שטייט ר’ שמואל ן’ תבון.}} האט עס איבערזעצט אויף לשון הקודש. אין דעם דאזיגן דעבאטע ווערק באווייזט ער די שיינקייט, טיפקייט, אמת’דיגקייט פון דעם אידישן גלויבן, פון אידישקייט, וועלכער איז ווייט העכער פון אלע אנדערע רעליגיעס אין דער וועלט. ער ווייזט אָן אז קיין פאלק אין דער וועלט האט אזא כסדר’דיגע, אָן אונטערבראכענע טראדיציע פון די פריסטע צייטן אָן, ווי דאס אידישע פאלק האט. ער אנאליזירט און ערקלערט פארוואס דער באשעפער האט אויס געקליבן די אידן. פארוואס ער האט נישט פאראייניגט אלע פעלקער אין איין רעליגיע. ער מאכט קלאר דעם באשעפער'ס גיבן דעם מענטשן די [[בחירה]], דער מענטש אליין זאל אויסקלייבן זיין לעבנס וועג פאר זיך. ער באהאנדלט די באציאונג צווישן דער נשמה מיט דעם קערפּער.
ווען דער מענטש הייבט אָן ווערן עלטער, הייבט אָן דער קערפּער צו ווערן שוואכער. אבער די נשמה, דער גייסטיגער טייל פון דעם מענטשן ווערט גאר שטארקער. די נשמה, דעם מענטשנ'ס גייסטיגער טייל קען זיך באהעפטן מיט דער שכינה נאר נאך זיין אפּזאגן זיך פון אלע קערפּערליכע תאוות, פארלאנגען. דערפאר, ווען די נשמה, דעם מענטשנס גייסטיגער טייל פארלאזט דעם קערפּער נאך דעם מענטשנס טויט; זי ווערט באפרייט פון איר געפאנגעניש אין דעם מענטשנס קערפּער, באהעפט זי זיך דענצמאל אין דער אויבערשטער וועלט.
ער באהאנדלט דעם פאקט וואס מיר האבן א תורה, און די פעלקער פון דער וועלט נישט. ער ערקלערט די פארשידנארטיגקייט פון די מצוות, די באציאונג פון דעם מענטש צו דעם אייבערשטן און צווישן מענטש און מענטש, די באציאונג פון די [[קראים]] צו דעם תלמוד, און נאך.
זייענדיג א ליידן שאפטליכער חובב ציון, ליב האבער פון ארץ ישראל, האט ער פארלאזט זיין געבורט לאנד שפּאניע, און האט זיך אוועק געלאזט קיין ארץ ישראל, דורך מצרים. ער איז געפארן מיט א שיף קיין ירושלים, און מער ווייסט מען נישט וועגן אים.
ר’ גדליה ן’ יחייא דערציילט אין זיין ספר שלשלת הקבלה (זייט צב): ער האט געהערט פון אַן אלטן אידן אז ווען ר’ יהודה איז געקומען צו די טויערן פון ירושלים, האט ער צעריסן זיינע קליידער. ער איז געקראכן אויף זיינע קניעס צו מקיים זיין דעם פּסוק "כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו" (תהלים קב, טו) דיינע קנעכט וויליגן אירע (ציון’ס) שטיינער און לייטזעליגן איר ערד, און ער האט רעציטירט זיין קינה, עלעגיע, זיין שיר "ציון הלא תשאלי“. א דורך רייטנדיגער טערק האט אזוי שטארק מקנא געווען זיין צו געבונדענע ליבשאפט צו דעם הייליגן לאנד, אז ער איז איבער געפארן אים אויף טויט. אָבער געשיכטליך איז עס נאכנישט באַשטעטיגט.
ער איז נפטר געווארן אין אָריענט נאך דעם יאר 1140.
== רעפערענצן ==
{{רעפערענצן}}
[[he:רבי יהודה הלוי]]