אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שאול המלך"

3 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
ק
הגהה
ק (הגהה)
ק (הגהה)
שורה 27: שורה 27:
נאך וואס שאול האט נישט געפאלגט גאט'ס באפעל אויסצו'הרג'ענען אלע [[עמלקים]] איז ער פאראכט געווארן ביים אויבערשטן, און שמואל הנביא האט געזאלבט [[דוד]] אלס קעניג אנשטאט אים. עטליכע עפיזאדן, צווישן זיי [[די קאמף קעגן גלית]] און שאול'ס שווערע גיסטעס, האבן פארגעשטעלט דוד המלך צום קעניגליכן הויף, און ער האט עווענטועל געהייראט [[מיכל]], א טאכטער פון שאול. די באציאונגען צווישן דוד און שאול האבן זיך אלץ פארערגערט, שאול האט געוואלט הרג'ענען דוד'ן, און האט אים נאכגעיאגט א לענגערע תקופה. ביי איין פאל האט שאול ערלויבט [[דואג האדומי]] אויסצו'הרג'ענען אלע כהנים פון [[נוב]] צוליב זייער שטיצע פאר דוד.

נאך שמואל הנביא'ס פטירה איז שאול ארויס אין א ברייטערע קריג קעגן פלשת, אבער ווען שאול האט אנגעפרעגט דורך א [[בעלת אוב]] פון שמואל דערוועגן, האט ער אים אינפארמירט אז ער וועט פארלירן די שלאכט און פאלן פאר די פלשתים. שאול און דריי פון זיינע זון זענען געפאלן אינעם שלאכט, און די פלשתים האבן פארכאפט און פארשוועכט זייערע קערפער. נאך שאול האט דוד געקעניגט אין [[חברון]], אין דער צייט וואס שאול'ס זון [[אישבושת]] האט געוועלטיגט איבער די איבריגע פון [[ארץ ישראל]]. זיבן פון שאול'ס קינדער און אייניקלעך זענען אומגעברענגט געווארן דורך די [[גבעונים]] אלס נקמה פאר זיין שלעכטע באציאונג צו זיי. פון זיינע אייניקלעך זענען [[שמעי בן גרא]], [[מרדכי הצדיק]], און [[אסתר המלכה]].
נאך שמואל־הנביא'ס פטירה איז שאול ארויס אין א ברייטערע קריג קעגן פלשת, אבער ווען שאול האט אנגעפרעגט דורך א [[בעלת אוב]] פון שמואל דערוועגן, האט ער אים אינפארמירט אז ער וועט פארלירן די שלאכט און פאלן פאר די פלשתים. שאול און דריי פון זיינע זון זענען געפאלן אינעם שלאכט, און די פלשתים האבן פארכאפט און פארשוועכט זייערע קערפער. נאך שאול האט דוד געקעניגט אין [[חברון]], אין דער צייט וואס שאול'ס זון [[אישבושת]] האט געוועלטיגט איבער די איבריגע פון [[ארץ ישראל]]. זיבן פון שאול'ס קינדער און אייניקלעך זענען אומגעברענגט געווארן דורך די [[גבעונים]] אלס נקמה פאר זיין שלעכטע באציאונג צו זיי. פון זיינע אייניקלעך זענען [[שמעי בן גרא]], [[מרדכי הצדיק]], און [[אסתר המלכה]].

שאול איז אויך באקאנט אין איסלאם אלס "טאלוט", א געטליך-געקרוינטע קעניג, און זיין אייגנארטיגע כאראקטער טוט ציען אינטערעס צווישן פסיכאלאגן.
שאול איז אויך באקאנט אין איסלאם אלס "טאלוט", א געטליך-געקרוינטע קעניג, און זיין אייגנארטיגע כאראקטער טוט ציען אינטערעס צווישן פסיכאלאגן.
שורה 45: שורה 45:
כאטש וואס [[שטעלן א קעניג]] איז לויט רוב מפרשים א [[מצוות עשה]] דאורייתא, איז דאס נישט אויסגעפירט געווארן ביז שאול־המלכ'ס צייטן, ווען [[שמואל הנביא]] איז עלטער געווארן און זיינע קינדער האבן איבערגענומען די פירערשאפט איבער די אידן.

שמואל הנביא'ס קינדער זענען נישט געגאנגען אין זיינע וועגן, און זייערע מעשים ווערט געשילדערט אין פסוק אז "זיי האבן גענומען [[שוחד]] און פארקירעוועט די דינים"{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ח|א|ד}}. די גמרא אין {{בבלי|שבת|נו|א}} איז מסביר אז עס איז נישט בוכשטעבליך.}}. די צייט איז אויך געווען שווער פאר כלל ישראל צוליב דרוק פון די ארומיגער פעלקער, בפרט פלשת און [[עמון]]{{הערה|[[#דעתמ|קיל]] זייט עה; [[#עוהת|עולם התנ"ך]] זייט 87}}. דאס פאלק האט אלזא פארלאנגט פון שמואל "שטעל פאר אונז א מלך אונז צו משפט'ן, אזוי ווי אלע פעלקער"{{הערה|שם=שמואלחה|{{תנ"ך|שמואל א|ח|ה}}.}}.
שמואל־הנביא'ס קינדער זענען נישט געגאנגען אין זיינע וועגן, און זייערע מעשים ווערט געשילדערט אין פסוק אז "זיי האבן גענומען [[שוחד]] און פארקירעוועט די דינים"{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ח|א|ד}}. די גמרא אין {{בבלי|שבת|נו|א}} איז מסביר אז עס איז נישט בוכשטעבליך.}}. די צייט איז אויך געווען שווער פאר כלל ישראל צוליב דרוק פון די ארומיגער פעלקער, בפרט פלשת און [[עמון]]{{הערה|[[#דעתמ|קיל]] זייט עה; [[#עוהת|עולם התנ"ך]] זייט 87}}. דאס פאלק האט אלזא פארלאנגט פון שמואל "שטעל פאר אונז א מלך אונז צו משפט'ן, אזוי ווי אלע פעלקער"{{הערה|שם=שמואלחה|{{תנ"ך|שמואל א|ח|ה}}.}}.

זייער פארלאנג האט דערצערנט שמואל, און אויך פון הימל האט מען געזאגט אז דער פארלאנג - בפרט די מאטיוון דערפון{{הערה|דארט=שמואלחה|[[רד"ק]] דארט.}}, זענען נישט אויסגעהאלטן. דער באשעפער האט אבער באפוילן שמואל צו שטעלן א קעניג און צו ערקלערן פאר די אידן דער קעניג'ס מאכטן און רעכטן. שמואל האט אלעס איבערגעגעבן צום פאלק, און ווען זיי האבן ווידערהאלט זייער פארלאנג האט ער זיי אהיים געשיקט צו זייער שטעט צו ערווארטן די קרוינונג פון דעם קעניג וואס וועט נאכפאלגן{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ח|ו|כב}}.}}.

שורה 111: שורה 111:

=== אומקום ===
=== אומקום ===
נאך שמואל הנביא'ס פטירה האבן זיך די פלשתים און די אידן געגרייט פאר א מלחמה. די פלשתים האבן זיך צוזאמגענומען אין שטאט [[שונם]], אין דער צייט וואס די אידן האבן זיך צוזאמגענומען אין [[הר הגלבוע]]. שאול המלך האט זיך געוואלט באראטן מיט דער שכינה, און נאכ'ן פרובירן דורך די נביאים אן ערפאלג, האט ער זיך געוואנדן צו א [[בעלת אוב]] אין [[עין דאר]], פארהוילנדיג זיין אידענטיטעט. זי האט אים דערמאנט אז שאול האט אויסגעראטן [[כישוף]] פון איבער דאס לאנד, אבער ער האט איר פארשפראכן אז שאול וועט איר גארנישט שלעכטס טון. די בעלת אוב האט ארויפגעברענגט די נשמה פון שמואל, וועלכע האט געזאגט שאול'ן אז ער וועט פארלירן די קריג און פאלן אין שלאכט. שאול איז צוזאמגעפאלן הערנדיג די רייד, און די בעלת אוב האט אים דערמונטערט מיט א סעודה{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|כח}}.}}.
נאך שמואל־הנביא'ס פטירה האבן זיך די פלשתים און די אידן געגרייט פאר א מלחמה. די פלשתים האבן זיך צוזאמגענומען אין שטאט [[שונם]], אין דער צייט וואס די אידן האבן זיך צוזאמגענומען אין [[הר הגלבוע]]. שאול המלך האט זיך געוואלט באראטן מיט דער שכינה, און נאכ'ן פרובירן דורך די נביאים אן ערפאלג, האט ער זיך געוואנדן צו א [[בעלת אוב]] אין [[עין דאר]], פארהוילנדיג זיין אידענטיטעט. זי האט אים דערמאנט אז שאול האט אויסגעראטן [[כישוף]] פון איבער דאס לאנד, אבער ער האט איר פארשפראכן אז שאול וועט איר גארנישט שלעכטס טון. די בעלת אוב האט ארויפגעברענגט די נשמה פון שמואל, וועלכע האט געזאגט שאול'ן אז ער וועט פארלירן די קריג און פאלן אין שלאכט. שאול איז צוזאמגעפאלן הערנדיג די רייד, און די בעלת אוב האט אים דערמונטערט מיט א סעודה{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|כח}}.}}.

וויסנדיג אז ער גייט צו זיין טויט, האט שאול מיט מסירות הנפש נישט צוריק געצויגן פון זיינע פלענער, נאר ארויס אין מלחמה כדי די גזירה זאל אויסגעפירט ווערן{{הערה|אברבנאל אויף שמואל א', פרק כח, פסוק כה}}. שאול איז געפאלן אינעם שלאכט אינאיינעם מיט זיינע דריי זון, [[יונתן]], [[אבינדב]], און [[מלכי שוע]]. שאול, זעענדיג אז ער גייט געכאפט ווערן דורך די פשלתים האט ער געבעטן פון זיין וואפנטרעגער אז ער זאל אים אומברענגען, און ווען יענע האט נישט געוואלט, האט שאול זיך ארויפגעווארפן אויף זיין שווערד {{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|לא|א|ד}}.}}.