אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יידיש-וויקיפעדיע"

12,097 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 יאָר
ק
אויסדרוק
ק (החלפת טקסט – "ר' [[" ב־"[[רבי ")
ק (אויסדרוק)
שורה 38: שורה 38:
==== אידישקייט ====
==== אידישקייט ====
דאס טוט פארשפרייטן [[אידישקייט]], דערווייל (2022) מיט איבער פיפצען טויזענט  ארטיקלען, דינט איר פרייהייט און אפענקייט אלס אן אינוויטאציע פאר נאך שרייבער דא צו בארייכערן מיט א פאטענציאנאלע שלל פון ידיעות וואס שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט מכוח איר [[ענציקלאפעדיע]] נאטור וואס סערווירט איין געוויסער פאלק אידן וואס רעדן זייער שפראך יידיש, זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די אידישע וועלט אין זייער אידישע לעבן פון אמאל און פון היינט.
דאס טוט פארשפרייטן [[אידישקייט]], דערווייל (2022) מיט איבער פיפצען טויזענט  ארטיקלען, דינט איר פרייהייט און אפענקייט אלס אן אינוויטאציע פאר נאך שרייבער דא צו בארייכערן מיט א פאטענציאנאלע שלל פון ידיעות וואס שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט מכוח איר [[ענציקלאפעדיע]] נאטור וואס סערווירט איין געוויסער פאלק אידן וואס רעדן זייער שפראך יידיש, זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די אידישע וועלט אין זייער אידישע לעבן פון אמאל און פון היינט.
==== דעמאקראטיע ====
אויך ברענגט דאס דער אידיאל פון [[דעמאקראטיע]] צו די אידישע לעבנס שטייגער, וואס אלעס ווערט געפירט פון עסקנים מיט רבנים אן קיין פראצעס פון וואלן<ref>[[חרדים]]</ref>. ווייל זי דינט ווי א פעסטע סאציאלע טול צו האלטן די אידישע פירער צו אקאונטיביליטי, מכוח א אפענער אנציקלאפעדיע, וויסענדיג אז דער אמת איבער זייער שאפן און לעבן ווערט דאקומענטירט און באשריבן אין די אידישע וויקיפעדיע, פאר טויזנטערר צו ליינען און דעבאטירן, דורך טויזנטער פריוואטע באהאלטענע מענשטן וואס קיינער קען זיי נישט מעקן און צענזורירן.


==== תורה ====
==== תורה ====
שורה 72: שורה 69:
דער פירער פון די וועלטס מאכט איז נישט דארטן בעל הבית אויף דעם וויקיעפדיע, אבער ער איז אן אישו וואס העלפט די מערסטע פארן וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די מיליאנען חברה וואס קענען ענגליש און זענען אדער זיינע שונאים אדער זיינע אוהבים, להבדיל ביי אונז, אדער זיינע חסידים אדער זיינע מתנגדים, וואס רעדן עגליש. וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט ברענט אין זיי די רייץ זיך צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער זיין לעגענדע לעבן און שאפן, און ווערן געטריבן צו זיך באטייליגען אינעם אויספארעמונג פון  ארטיקלען.
דער פירער פון די וועלטס מאכט איז נישט דארטן בעל הבית אויף דעם וויקיעפדיע, אבער ער איז אן אישו וואס העלפט די מערסטע פארן וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די מיליאנען חברה וואס קענען ענגליש און זענען אדער זיינע שונאים אדער זיינע אוהבים, להבדיל ביי אונז, אדער זיינע חסידים אדער זיינע מתנגדים, וואס רעדן עגליש. וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט ברענט אין זיי די רייץ זיך צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער זיין לעגענדע לעבן און שאפן, און ווערן געטריבן צו זיך באטייליגען אינעם אויספארעמונג פון  ארטיקלען.


=====  [[אהרן טייטלבוים]]  =====
אזוי אויך גענוי איז אין דער אידישער וויקיפעדיע, דער ארטיקל וועגן דעם לעבן און שאפן פון [[רבי אהרן טייטלבוים]] שליט"א, דער סאטמאר רבי פון מאנרוי, איז דער מערסטער געטוישט און רעדאגירט. (נאך די [[ערשטע זייט]], און [[אידישער וויקיפעדיע]] און [[וויקיפעדיע]] און [[פארטאל:אקטועלע ארטיקלן|פארטאל]] פון די [[אקטועלע ארטיקלן|אקטועלע  ארטיקלען]] וואס זיי זענען אינעווייניגסטע סיסטעם בלעטער.) [[אַרטיקלען מיט די מערסטע באַאַרבעטונגען]]
ווייל ער איז דער מערסטער עגבערטער אישו אינעם היינטיגען אידישן שפראך וועזען, (זיין ברודער זלמן לייב איז צו פריש אויף די פאליטישער האריזאנט)
דאס ווייזט אז וויבאלד מיר געבן פאר בייעסד מענטשן וואס האבן צוטריט צו שרייבן און אינטערנעט און קענען די שפראך, וועלן זיי זיך צו דעם צוכאפן ווי צו הייסע קוגל דאס אויפרעסן און נעמען דעם בעיט און זיך באטייליגן.
זייער אסאך ארטיקלען טראגן דערווייל נאך א סלענט לטובת [[סאטמאר (חסידות)|סאטמאר]] און אויך לטובת די [[ארונים]] פארטיי פון סאטמאר, און רוב פערזענליכקייטן באשריבן זענען פון דא פון די [[סאטמאר מחלקות]] וואס דאס באשעפטיגט יעצט דעם וועזן פון אידיש שפראך.
מיר האבן דא [[בעלזא]] און [[זאלי]]ס וואס פאלן אריין דא אבער אין גאר א קלענערן טעמפאו און נאכנאנדיקייט ווי די סאטמאר ארונים דאס צו רעדאגירן און טוישן. 
דאס איז צוליב וואס דער אידישער וויקיפעדיע שפיגלעט אפ דעם מציאות וואס זייער ווייניג [[אידן]] רעדן [[אידיש]] רוב פון זיי זענען [[חסידים]] און דאס גרעסטע טייל זענען [[סאטמאר (חסידות)|סאטמאר]] חסידים,
און רוב חסידים האבן ניט קיין אינטערנעט צוטריט, און די וואס יא האבן נישט קיין [[היברו]] פאנטס בלייבן מיר איבער מיט אפאר געציילטע ארונישע שרייבער וואס זענען העווי אינוואלווד אין פאליטיק פון סאטמאר.
אפילו די ארונים זענען שטערקער אדער מער, קענען זיי דאך נישט צענזורירן די אהרן טייטלבוים ארטיקל, און אלע קאנטראווערסיעס פון דוכראויס די 30 יאר וואס ער האט געפירט סאטמאר ווערן אויסגעשמועסט אין גרעסטן דעטאל פון אלע  ארטיקלען. ווייל וויקיפעדיע געט די זעלבע כוח פאר א יחיד ווי א רבים ווען עס קומט צום אמת.
א גוטער ביישפיל צו דעם איז דער צווייט גרעסטער [[קאנטראווערסיע]] אין אידישער וויקיפעדיע, נעמליך וואס טוט מען מיט  ארטיקלען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די חרדישער לעבנס אויסקוק? פרומע זענען דאך די רוב פון אידיש שפראך, איז וויאזוי קענען דא די סעקלארע שרייבן  ארטיקלען וואס זענען קעגן רוב?
===== מיעוט  סעקולאריסטן קעגן רוב פרומע =====
אויך איז די [[סיסטעם]] בלעטער א שטארקע פראגע, ווי די הויפט בלאט און די אקטועלע ארטיקלען, וואס די צוויי זענען אויך פון די מערסטע געטוישטע  ארטיקלען, ווייל די דעבאטע איז וואס פונטקליך איז אקטועל? ביי וועמען? עס איז דאך דא אקטעועלע זאכן ווי די פרשה פון [[משה קצב]] וואס ביי די רוב וויקאפעדיעןס, די חרדים איז דאס אסור צו דערמאנען. די חרדישע צייטונגען האבן פארשוויגען דעם גאנצען פרשה און קיין ווארט נישט באריכטעט דערוועגן.
אבער פון דעסט וועגן דאך אין אידישער וויקיפעדיע געווינען אייביג די מיעוט סעקולארע באנוצער אז דאס זאל יא שטיין אויפן פראנט פעיזש אלס אן אקטועלע ארטיקל, ווייל אויב איז עס אמת אז עס איז אקטועל קענען די רוב חרדים דאס בשום אופן צענזורירען.
קומט אויס נאך אזויפיל מלחמות איז די אידישע וויקיפעדיע רייך ביז גאר מיט אלע מינע  ארטיקלען. און א אינטערסאנטער פאראדאקס שטעלט זיך ארויס, מער פון אלע וויקיפעדיעס; פון איין זייט איז באשריבן יעדע קליינטשיגער רעבעלע פון בארא פארק אבער פון די אנדערע זייט האט דער [[אידישער וויקיפעדיע]] מער  ארטיקלען אין די [[:קאטעגאריע:סעקס]] ווי די [[היברו וויקיפעדיע]].
דאס ווייזט אז אפילו די חרדים זענען א רוב אין אידיש, איז אבער די יידיש-וויקיפעדיע אויסגעשטעלט אז דער דעת פון א יחיד אויב איז ער אנטשלאסן אז דאס איז אמת, אפילו ער איז איינס קעגן מיליאנען, וועט ער איבערלאזן זיין חתימה דערויף און אפילו נאך שטערקער ווי די רוב.
איז דאך די שאלה וויאזוי קען מען בויען אן [[ענציקלאפעדיע]] ווען אזעלכע [[גרונט]]ליכע מיינונגס פארשידענהייטען שטויסן זיך צונויף, ווי קען א חרדישער איד וואס די תורה ווארענט אים לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינינכם זיך אריינלאזן אין אז נסיון פון כפירה מינות און תאוות?
אויף דעם מוזן מיר נענטער באטראכטן וואס איז די נסיון פונטקליך?
===== אידישקייט קעגן די פרינצים פון פריי און אפען =====
וויאזוי איז דאס [[פריי]] פון [[צענזור]] און אויסגעהאלטן לויט [[אידישקייט]]?
דער הויפט געדאנק פון די [[וויקיפעדיע]] איז צו בויען א פרייע אפענע [[ענציקלאפעדיע]] וואס יעדער איינער קען דארט שרייבן אמת'ע אינפארמאציע אָן קיין צענזור. דער געדאנק (און בעצם דאס גאנצער אינטערנעט) איז לויט טייל בעלי דעות דירעקטליך א צוזאמעשטויס און פראבלעם לויט די [[פרומע]] געמיינדע, (וואס זיי זענען רוב אידיש-רעדנערס) און דערפאר קומט דא ארויף אפט דער נושא און פראבלעם איבער דעם צו באגרעניצן די וויקיפעדיע על פי דעת התורה און נישט איר לאזן זיין פריי פאר יעדן צו שרייבן אפילו רעכטע אינפארמאציע וואס שטימט נישט על פי התורה.
אבער וויבאלד אלעס מוז ווערן געשריבן נייטראל, קומט דאך אויס אז מיר שרייבן דא סיי ווי סיי נישט קיין [[כפירה]] אין [[אידישקייט]], פארקערט, רוב פון אונזערע [[ארטיקלען]] זענען ארום אין איבער אידישקייט. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די [[פילאזאפיע|פילאזאפישע]] ארטיקלען וואס זענען עוסק אין "[[גאט|קיום האל]]" מוזן מיר און מעגן לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, כדי דאס נייטראליש אפשלאגן למען האמת. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מוזען מיר בריינגען פארשונגען פון די [[סייענטיסט]]ען, כאטש וואס דאס קען זיין אין קעגנזעץ די [[תורה]]. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון [[וויקימעדיע]] וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון [[וואלן]], [http://meta.wikimedia.org/wiki/Neutral_point_of_view ליינט מער דא]. און עס איז פארט נישט קעגן הלכה און דירעקט יא אויסגעהאלטן צו באשרייבן די [[פראגע]]'ס אויף די [[אמונה]] וואס מענטשן קענען האבן מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך.
צו סאך אינפארמאציע קען אייביג זיין א [[זעלבסט מארד]] כלי פאר [[מענטש]]ען וואס ווילן זיך הארגענען אדער נאר פאר [[קינדער]] און שוואכע [[אינג]]עלייט. מען וועט דאס קיינמאל נישט קענען געהעריג שליכטן דעם פראבלעם. מען לערנט דאך נישט אין חדר מיט קינדער געוויסע רש"י'ס טאקע דערפאר, אבער קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן דערוועגן צו פארברענען רש"י, און זאגן אז דאס איז נישט תורה.
פארשטייט זיך אז מיר פארלאזן זיך אז די סארט שוואכע [[חסידים]] אדער קינדער וואס האבן פארט דעם פראבעלם פארלאזן זיך סיי ווי סיי אויף די [[רבנים]] וואס אסערן סיי ווי [[אינטערנעט]] ממילא קומט נישט אויס אז וויקיפעדיע איז קעגן קיינעםס אידישקייט [[הלכה]].
ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט סעקס און נאך אומאיידעלע ענינים טוען מיר ווי די תורה מיר שרייבן פונקטליך וויאזוי און וואס צו זיך באגיין כדי אפהיטן פון טעותים וואס קען זיין טויטליך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


== וויפיל באנוצער? ==
== וויפיל באנוצער? ==
אספקלריה רעדאקטארן
3,079

רעדאגירונגען