בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
ק (החלפת טקסט – "װעלט" ב־"וועלט") |
ק (החלפת טקסט – "“" ב־""") |
||
| שורה 5: | שורה 5: | ||
== ביאָגראַפיע == | == ביאָגראַפיע == | ||
אַברהם סוצקעווער איז געבוירן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין [[סמאָרגאָן]], דאן [[ליטע]] היינט [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום זיבעציג | אַברהם סוצקעווער איז געבוירן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין [[סמאָרגאָן]], דאן [[ליטע]] היינט [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק"מ פון [[װילנע]]. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רב [[שבתי פיינבערג]], מחבר פון ספר "אפיקי מגינים" אויפן [[שלחן ערוך|שלחן־ערוך]]. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין [[סיביר]], אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער. | ||
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, וואוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע " | נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, וואוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע "בין", געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס וויינרייך]]. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער "בין". | ||
אין 1934 אַריינגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן "יונג | אין 1934 אַריינגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן "יונג ווילנע" (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, [[חיים גראַדע]] א"אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפטער אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע צייטשריפטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום [[ייִוואָ]]. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זיין ערשטער פּאָעזיע־באַנד ''לידער''. | ||
נאָכן דייטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער [[צװײטער וועלט מלחמה]], געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זיין פרוי פריידקע אין [[ווילנער געטא|ווילנער געטאָ]]. באַטייליקט אין גייסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאראייניגטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ [[פארטיזאנער|פּאַרטיזאַנער]]־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דייטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער. | נאָכן דייטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער [[צװײטער וועלט מלחמה]], געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זיין פרוי פריידקע אין [[ווילנער געטא|ווילנער געטאָ]]. באַטייליקט אין גייסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאראייניגטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ [[פארטיזאנער|פּאַרטיזאַנער]]־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דייטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער. | ||
| שורה 27: | שורה 27: | ||
* [http://archive.org/details/nybc208877 לידער פון געטאָ] (ניו־יאָרק, איקוף, 1946) | * [http://archive.org/details/nybc208877 לידער פון געטאָ] (ניו־יאָרק, איקוף, 1946) | ||
* [http://archive.org/details/nybc200748 ווילנער געטאָ 1944-1941] (פּאַריז, פאַרבאַנד פון די ווילנער אין פראַנקרייך, 1946) | * [http://archive.org/details/nybc200748 ווילנער געטאָ 1944-1941] (פּאַריז, פאַרבאַנד פון די ווילנער אין פראַנקרייך, 1946) | ||
* [http://archive.org/details/nybc210761 פון ווילנער געטאָ] (מאָסקווע, אָגיז מעלוכע־פאַרלאַג "דער | * [http://archive.org/details/nybc210761 פון ווילנער געטאָ] (מאָסקווע, אָגיז מעלוכע־פאַרלאַג "דער עמעס", 1946) | ||
* [http://archive.org/details/nybc208864 ווילנער געטאָ 1944-1941] (בוענאָס־איירעס, איקוף, 1947) | * [http://archive.org/details/nybc208864 ווילנער געטאָ 1944-1941] (בוענאָס־איירעס, איקוף, 1947) | ||
* [http://archive.org/details/nybc201129 ייִדישע גאַס] (ניו־יאָרק, פאַרלאַג מתּנות, 1948) | * [http://archive.org/details/nybc201129 ייִדישע גאַס] (ניו־יאָרק, פאַרלאַג מתּנות, 1948) | ||
רעדאגירונגען