רוי:מחזיק ברכה

ווערסיע פון 19:08, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

מחזיק ברכה איז א ספר פון חיד"א.

הלכות און פסוקים, לשונות פון ראשונים און פסקי אחרונים אויף גאנץ חלק אורח חיים, און אויף חלק יורה דעה ביז סי' פ"ז

עס האט דערין אסאך הוספות און תיקונים אויפן פריערידגן ספר פון חיד"א ברכי יוסף.


מלחמת ה'

עס איז אינטערעסאנט צו פארצייכנען די פולמוס און קריגעריי דער חיד"א האט געהאט אין זיינע הלכה ספרים מיט הגאון רבי מרדכי כרמי דער מחבר פון ספר מאמר מרדכי אויף שולחן ערוך אורח חיים.

נאך דעם וואס דער חיד"א האט געדרוקט זיין ספר ברכי יוסף אין יאר ה'תקל"ז איז ארויס געקומען ר' מרדכי כרמי מיט זיין ספר מאמר מרדכי ליווארנא ה'תקמ"ד, ווי ער פרעגט אסאך קושיות אויפן חיד"א און אויף זיין ספר. דערויף האט דער חיד"א געענטפערט ווען ער האט געדרוקט זיין ספר מחזיק ברכה א יאר שפעטער ה'תקמ"ה. דער חיד"א ענפטער איהם זייער שארף ער טענה'ט אז ר' מרדכי כרמי איז מזלזל אין כבוד פון פריערדיגע גאונים, אויפן ב"ח און דאס גלייכן ער רעדט אויף זיי מיט זילזול, ווען ער קריגט מיט זיין אין הלכה, רבי מרדכי כרמי ענפערט דעם חיד"א איז א ספעציעלער ספר דברי מרדכי ווי ער ענטפערט צוריק די קושיות וואס דער חיד"א פרעגט. דער חיד"א ענפטערט צוריק אין זיין ספר שיורי ברכה די קשיות וואס רבי מרדכי טענה'ט אויף אים אין דברי מרדכי. למעשה אין אנדערע ספרים זעט מען כמעט נישט אז דער חיד"א זאל ענטפערן רבי מדרכי נאר אין די דריי אויבענדערמאנטע ספרים.

ספרי החיד"א

אדרת אליהו · אהבת דוד · בית מנוחה · ברית עולם · בתי הנפש · ברכי יוסף · גאולת עולם · דברים אחדים · דבש לפי · ועד לחכמים · זכרון משה · זרוע ימין · חדשים לבקרים · חומת אנ"ך · חורש מצ"ל · חיים שאל · חנוכת הבית לדוד · חסדי אבות · טוב עין · יוסף אומץ · יוסף בסדר · יוסף לחק · יוסף תהלות · יעיר אזן · ככר לאדן · כסא דוד · כסא רחמים · כף אחת · כרם חמר · לב דוד · לדוד אמת · מדבר קדמות · מורה באצבע · מחזיק ברכה · מעגל טוב · מראית העין · משמרת הטהרה · נחל אשכול · נחל קדומים · סנסן ליאיר · עבודת הקדש · פה אחד · פני דוד · פס ידא · פתח עינים · צוארי שלל · צפורן שמיר · קשר גודל · ראש דוד · שומר ישראל · שיורי ברכה · שירה חדשה · שם הגדולים · שמחת הרגל · שער יוסף · שפה אחת · תקון הנשמות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!