רוי:מודיעין עילית
|
מודיעין עילית איז א חרדישע ישראל'ישע שטאט אויפן עק פון שומרון (צפון מערב ברעג), ביים ירושלים קארידאר. דער גרעסטער געגנט אי מודיעין עילית איז "קרית ספר"; טייל מענטשן רופן דאס גאנצע שטעטל "קרית ספר". די אנדערע געגנטן אין שטאט זענען "בראַכפעלד מאיאנטעק" און "נאות הפסגה".
איר באפעלקערונג ציילט זיך אויף 64,179 נפשות (2015), זייענדיג דאס גרעסטע זידלונג אין דעם מערב ברעג.
ווי איר נאמען זאגט, איז מודיעין עילית א שטאט לעבן מודיעין, וואס איז פלאצירט אויף די בערג אנטקעגן איבער קרית ספר ממש נאך דער גרינער ליניע.
כאטשיג דאס איז א זעלבטשטענדיגער לאקאליטעט, איז דאס טעכניש אינערהאלב דער טעריטאריע פון אונטער די אדמיניסטראציע פון מטה בנימין ראיאן ראט.
דער פארזיצער פון דעם ארטיגן ראט איז הרב יעקב גוטערמאן. אין 2008 איז מודיעין עילית געווארן אנערקענט אלס א שטאט; אין מיטן נאוועמבער 2008 איז הרב גוטערמאן געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון מודיעין עילית.
די באפעלקערונג אין מודיעין עילית באשטייט פון פארשידענע שיכטן און קרייזן פונעם חרדישן יידנטום. טראצדעם וואס די מערהייט פון די איינוואוינערס געהערן צו ליטווישע קרייזן, מען קען זיך באגעגענען דארט מיט גרויסע געמיינדעס פון חסידישע יידן אזוי ווי צום ביישפיל: וויזשניץ, באיאן, קארלין סטאלין, צאנז, ברסלב. אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה דינט רבי ברוך שטערנבוך, זון פון רבי אליהו און איידעם פון רבי מנחם ערנסטער. אלס רב פון "קהל חסידים" (אלגעמיינע חסידישע שוהל) דינט רבי ניסן משה גראס, א זון פון רבי שלום יהודה, דער האלמינער רבי. עס איז פאראן דארט אויכעט א סאך ירושלימער יידן פון דעם יישוב הישן.
די באפעלקערונג פון מודיעין עילית איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.
חינוך מוסדות
ישיבה גדולה'ס
- מירער ישיבה (בראכפעלד) מיט 600 בחורים און אן אינטערנאט, און 300 יונגעלייט; די ראשי ישיבות זענען הרב בנימין פינקל און הרב נועם אלון.
- וויזשניצער ישיבה (בראכפעלד) (פון רבי ישראל) מיט אומגעפער 200 בחורים; דער ראש ישיבה איז הרב גבריאל יוסף וויזשניצער.
- כנסת הגדולה מיט 180 בחורים און 40 יונגעלייט; דער ראש ישיבה איז הרב יצחק זאב זאקס.
- ישיבת כנסת יצחק מיט 300 בחורים אונטער הרב יעקב קארפ.
- ישיבת נחלת בנימין, אונטער הרב דניאל יאקאבאוויטש
- ישיבת נחלת אברהם, אונטער הרב אוחנא.
- ישיבת קהילות יעקב (חזון יחזקאל), אונטער הרב קלופט.
- ישיבת נזר ישראל, אונטער הרב מנשה עוזרי.
- ישיבת דברי אמת אונטער הרב זבולון שוב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!