רוי:לודוויג בערנע

ווערסיע פון 18:33, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 

פארטרעט פון לודוויג בערנע.

לודװיג בערנע (דייטשיש: Karl Ludwig Börne) (1785 אין פראנקפורט - 1837 אין פּאַריז) איז געווען אַ שריפטשטעלער און דענקער און פרייהײטס־קעמפער אין דײטשלאנד. ער האָט געשטאַמט פון ײדן, געהײסן אַלס ײד „לײב ברוך”.

ער האָט געמוזט אַנטלױפן פון דײטשלאַנד קיין פאריז. צוזאַמען מיט הײנע געשאַפן דעם דײטשן פעליעטאָן.

אין זײנע שריפטן און צײטונגס־אַרטיקלען האָט ער געפירט אַ שטאַרק קאַמף קעגן רעאַקציע און אַנטיסעמיטיזם. באַקאַנט זענען זײנע „בריװ פון פּאַריז” און אַנדערע װערק, װעלכע זענען ערשינען אין דער זאַמלונג „נאכגעלאסענע שריפטן” הײנע האָט פאַרעפנטלעכט קעגן אים די פּאָלעמיק „בריװ איבער בערנע.”


קוואַלן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!