רוי:לבנון בארג

ווערסיע פון 18:32, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

לבנון בארג איז דער נאמען פונעם באַרג קייט אין לבנון. עס ווערט אויך גערופן, "קליינע לבנון".

לבנון איז א לאנד, וואס איז ענליך צו ישראל, טאפאגראפיש, און געאגראפיש. די בארטן פלאך, וואס אלע גרויסע שטעט געפונען זיך אין די געגנט, די הויפטשטאט ביירוט, צור, צידון, טריפאלי.

א לאנגע קייט פון בערג אין צענטער פונעם לאנד, וואס לויפט פון דרום אויף צפון, רוב איינוווינער אויפן בארג. זענען דרוזן אינעם דרום טייל וואס איז צווישן ביירוט און די ליטאני טייך. אויפן צפון טייל, בעיקר קריסטן מאראנען.

די העכסטע בארג איז איבער 3,000 מעטער, רוב יאר איז די בארג באשנייט, די קייט פון בערג איז לאנג 160 קילאמעטער.

נאך די בערג געפונט זיך די לבנון טאל, און די קעגן לבנון בערג. וואס איז ווי אין צפון טייל אין ישראל, די גליל און די גולן בערג זענען איינער קעגן אנדערע, און אינדערמיט געפונט זיך די חולה טאל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!