רוי:יקותיאל יהודה גרינוואלד

ווערסיע פון 18:07, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד (ה'תר"ן1890 –  י"ח ניסןתשט"ו) איז געווען אן אמעריקאנער רב פון אן אונגארישער אפשטאמונג און א היסטאריקער. ער האט מחבר געווען דעם "כל בו אבילות"

ביאגראפיע

ר' יקתואל יהודא איז געבוירן געווארן אין סיגעט אין תרמ"ט, און האט געהייסן נאכן ייטב לב. ער האט געלערנט אין אונסדארף ביי רבי שמואל ראזנבערג און האט באקומען היתר הוראה פון הרב משה גרינוואלד, דער "ערוגת הבושם", ר' אברהם בנימין קלוגער פון בראד און נאך. ער האט אויך געלערנט אין סאטמאר און אין פרעשבורג

ער איז געווען פאר א צייט רב אין סעבען, אונגארן, איידער ער האט עמיגרירט אין אמעריקא. דארט האט ער האט קודם משמש געווען ברבנות אין ברוקלין פאר ער איז געגאנגען צו קהילת בני יעקב אין קאלומבוס, אהייא.

ער איז געווען א זעלטענער היסטאריקער באקאנט מיט זיין 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' און 'על השוחט והשחיטה' ועוד..

ער האט געשריבן הונדערטער ביכער אויף אידיש.

ער איז געווען פערזענליך נאנט מיט שלמה לייב פריעדלענדער וואס האט ארויסגעגעבן די ירושלמי המזוייף אויף קדשים, ווי ער האט עס פערזענליך באשריבען אין ספר היובל 'הפרדס' (תשי"א) ווי ער רייסט אים ארונטער, און דעקט אויף אלע לגיונות, איבערהויפט איבער זיין אנגעבליכע פאלשע תלמיד אברהם ראזענבערג.[1]

זיינע ווערק

ספרי הלכה

  • אח לצרה - הלכות ליום צרה מיום שנחלה עד תום ימי אבלות [מהד"ק לכלבו על אבילות], סט. לויעס תרצ"ט 
  • כלבו על הלכות אבילות - חלק א' דיני אבילות, ניו יארק תש"ז
  • חלק ב' - שו"ת בענין אבלות, ניו יארק תשי"א
  • חלק ג' - נקרא גם כתר כהונה עניני קדושת כהנים, ניו יארק תשי"ב

היסטארישער ווערק

  • טויזט יאר אידיש לעבן אין אונגארין - ניו יארק 1945 [תש"ה-ו] 
  • לפלגות ישראל באונגריא – די אנטוויקלונגען אודות די טיילונג אין אוגארין, תשכ"ח
  • מצבת קודש ח"א – געשיכטע פין די שטאדט סיגעט ופלך מארמוראש, ניו יארק תשי"ב
  • מצבת קודש ח"ב – געשיכטע פין די שטאדט מאטערסדורף וז' קהילות, ניו יארק תשי"ב
  • תולדות הכהנים הגדולים – ביוגרפיא פין כהנים גדולים ששימשו פין אהרן עד סוף בית שני, ניו יארק תרצ"ב
  • מסדרי הבבלי וירושלמי – די ווירקונג פינעם ירושלמי אויפן ד' חלקי, ניו יארק תשי"ד
  • זכרון לראשנים – והוא שם הגדולים באריכות פין די שטאדט סיגעט אין פין די וואס זענען בהאלטין אין בית עלמין שם, סאטמאר תרס"ח
  • לתולדות הריפורמציאן הדתית בגרמניא ובאונגריא – די פולער געשיכטע פינעם טיילונג אין דייטשלנד און אונגארין, אהייא תש"ח
  • השוחט והשחיטה בספרות הרבנית – תולדות השחיטה פין ימי חז"ל ביז אונזער תקופה, ניו יארק תשט"ו
  • היהודים באונגריא, תרע"ג
  • מקורות לקורות ישראל – פון די שטעדט אונצדארף אפען ישן עיר חדש קארלסבורג סעליש צעהלים קראהלי פין מדינת סלבקיה אונגארין טראנסילבאניה און יאגעסלאביה, berehovo תרצ"ד
  • לתולדות הסנהדרין בישראל – די נשיאי הסנהדרין די קטגוריא צווישען די בני לוי און די נשיאים די הופטן אין די צייטן פון די מלחמה מיט די רוימער תולדות יוסף בן מתתיהו, ניו יארק תש"י
  • תלמוד בבלי וירושלמי ספר ראשון – ארץ ישראל בבל וארצות הגולה, ברוקלין תרצ"ו
  • תלמוד בבלי וירושלמי ספר שני – המצב הכלכלי של חזל באר"י ובבל, ברוקלין תרצ"ו
  • קורות התורה והאמונה בהונגריה – בודאפעסט תרפ"א 
  • לקורות השבתאים באונגאריה – ווייצען 1912 תרע"ב – ג
  • פארי חכמי מדינתינו – שם הגדולים מארץ הגר, סיגעט תר"ע
  • תולדות חכתי ישראל – תולדות ר' אפרים מווילנא הריסת עיר אובין בשנת תמ"ו, 1924

ביוגראפישער ווערק

  • תולדות גדולי הדור – ח"א בית יהונתן חיי ר' יונתן אייבשיץ, סיגעט תרס"ח
  • הרב ר' יוסף קארו וזמנו – קורות חיי בעל בית יוסף און שולחן ערוך, ניו יארק תשי"ד
  • הרב ר' יונתן אייבשיץ – תולדות פונעם גאון און וועגין די מוראדיקע מחלוקות מיטן ריעב"ץ, ניו יארק תשי"ד
  • המהר"ם שיק וזמנו – תולדות פונעם מהר"ם שיק און זיין השפעה צום טיילונג, אהייא תש"ז 
  • תולדות ר' אלעזר קאליר – אב"ד קעלין מח"ס אור חדש, ניו יארק תשי"ב
  • מהרי"ל וזמנו – קורות חייו, ניו יארק תש"ד
  • תולדות משפחת ראזענטאהל – קורות השתדלן ראזענטאהל, בודאפעסט תר"פ

אויטאביאגראפישע ווערק

  • ספר הזכרונות – כולל די אלע שוועריקייטען וואס איך מיטגעמאכט במלחמה הגדולה [ערשטער וועלט קריג], בודאפעסט תרפ"ב
  • א מאסף תורני וואס הרב גרינוואלד האט געזאלט אנפירען וואס איז געלונגען נאר אוף איינמאהל: 

אוצר נחמד – חלק א' מאסף מוקדש להלכה וחכמת ישראל, ניו יארק תש"ב

  • הערות על ספר מעשה תעתעים – הרית של אנשי קהלת פפד"ם עם ר' נתן אדליר, בודאפעסט תרפ"ב

זעט אויך

רעפערענצן


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!