רוי:טעכנאלאגיע

ווערסיע פון 16:58, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
א דאמף-טורבין מיט דעם שאכטל געעפנט. אזוינע טורבינין פראדוצירן רוב פון דער עלעקטריע וואס די מענטשהייט באניצט. פארניץ פון עלעקטריע מיט לעבן-סטאנדארדן זענען שטארק צוגעמאסטן.[1] עלעקטריפיקאציע ווערט ברייט בארעכענט דער וויכטיגסטער דערגרייך פון אינזשעניריע אינעם 20סטן יארהונדערט.

טעכנאלאגיע (פון גריכיש τέχνη טעכנע, 'קונסט, געניטשאפט, מלאכה'; און λογία לאגיאַ, 'זאָגן') זוכט פראקטישע לייזונגען פון פראבלעמען ניצנדיק וויסנשאפט. איינער פון די ערשטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז געווען דער ראד. שפעטער האט מען ערפינדן דרוקעריי, וואס האט איבערקערט די מלאכה פון מאכן ביכער. מאדערנע טעכנישע ערפינדונגען זענען: קאמפיוטער, אויטא, מאשין, טעלעפאן א.א.וו.

טעכנאלאגיע האט אויך געזען די אנטוויקלונג פון וואפן פון שטעקנס צו נוקלעארע וואפן.

טעכנאלאגיע איז א צוזאמענשטעל פון וויסן, געצייג און אינפראסטרוקטור.

דער איינפלוס פון טעכנאלאגיע אויף דער געזעלשאפט אין פארשידענע וועגן. פון איין זייט האט זיך אנטוויקלט די פארגעשריטענע עקאנאמיעס דורך טעכנאלאגיע. פון דער צווייטער זייט זענען פאראן אומגעוואונטשטע ארויסקומען, ווי פארפעסטיקונג פון דער סביבה.

טעכנאלאגיע האט א סך ווירקונגען. זי האט געהאלפן אנטוויקלען מער פארגעשריטענע עקאנאמיעס (כולל דער היינטיקער גלאבאלער עקאנאמיע) און האט דערמעגלעכט דאס וואקסן פון א פרייצייט קלאסע פון מענטשן. פיל טעכנאלאגישע פראצעסן פראדוצירן אומבאוואונשטע ביי־פראדוקטן וואס מען רופט פארפעסטיקונג און טון אויסשעפן נאטירלעכע רעסורסן ביז צום שעדיגן דער ערד'ס סביבה. פארשידענע דורכפירן פון טעכנאלאגיע באאיינפלוסן די ווערטן פון א געזעלשאפט און שאפן נייע פראגעס וועגן דעם עטיק פון טעכנאלאגיע.

וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע

ס'איז נישט שטענדיק קלאר די אונטערשייד צווישן וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע. וויסנשאפט איז די שטודיע פון פענאמענען צו פארשטיין בעסער די פרינציפן וויאזוי אונזער וועלט פונקציאנירט. אינזשעניריע איז דער פראצעס פון שאפן געצייג און סיסטעמען ניצנדיק נאטירלעכע פענאמענען כדי מענטשן זאל האבן דערפון א פראקטישן ניץ.

טעכנאלאגיע קומט אפטמאל, אבער נישט אלעמאל, ווי א רעזולטאט פון ביידע וויסנשאפט און אינזשעניריע.

ס'איז פאראן עטלעכע סארטן טעכנאלאגיע:

היסטאריע

צווישן די גאר אלטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז דער ראד, וואס די ארכעאלאגן האבן געטראפן אין די פריעסטע געזעלשאפטן סיי אין מעסאפאטאמיע סיי אין צענטראל-אייראפע. מען האט געניצט רעדער אין וואגענעס. אויך האבן טעפער געניצט א טעפער-ראד.

אינעם מיטל אלטער האט מען געניצט די פשוטע מאשינען (ווי דער הייבער, דער שרויף און דער בלאק) צו שאפן מער קאמפליצירטע געצייג, ווי די טאטשקע, די ווינטמיל און דער זייגער. מיטן רענעסאנס האט מען ערפינדעט די דרוקפרעסע (וואס האט דערמעגלעכט פארברייטערטע קאמוניקאציע).

די הויפט אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע האט פאסירט ווען עס האט זיך אנטוויקלט די מאשינען פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע.

 
דער אויטאמאביל האט רעוואלוציאניזירט פערזענלעכע טראנספארטאציע.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין דעם 18טן יארהונדערט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך. דאס איז געווען א תקופה פון גרויסער טעכנאלאגישער אנטדעקונג, ספעציעל אין די געביטן פון לאנדווירטשאפט, פאבריקאציע, מינעריי, מעטאלורגיע און טראנספארט, וואס איז ארויסגעקומען פון דער אנטדעקונג פון דאמפקראפט. טעכנאלאגיע האט אוואנסירט נאך א שריט אין א צווייטער אינדוסטריעלער רעוואלוציע מיטן שפאנען פון עלעקטריע צו שאפן אזוינע אינאוואציעס ווי דער עלעקטרישער מאטאר, דאס עלעקטרישע לעמפל און נאך א סך. שפעטער האט מען דערפינדן נייע באגריפן וואס האבן דערמעגלעכט געטריבענע פליען און אוואנסירונגען אין מעדיצין, כעמיע, פיזיק און אינזשעניריע.מיט דער וואוקס אין טעכנאלאגיע איז געווארן מעגלעך צו בויען וואלקן קראצערס און ברייטע שטאטישע שטחים וואו די איינוואוינער פארלאזן זיך אויף מאטאר טראנספארט צו גיין פון איין ארט צום צוויטן און כדי אריינברענגען עסן. אויך איז קאמוניקאציע געווארן שטארק פארבעסערט מיט דער ערפינדונג פון טעלעגראף, טעלעפאן, ראדיא און טעלעוויזיע. ביי דער ענדע פונעם 19טן יארהאונדערט און אנהייב 20סטן יארהונדערט איז געווארן א רעוואלוציע אין טראנספארטאציע דורך דעם אויטאמאביל און דעם עראפלאן.

 
F-15 און F-16 פליענדיק איבער די קואווייט אויל פייערן ביי דער איינגאס קריג אין 1991.

אינעם 20סטן יארהונדערט זענען צוגעקומען א גאנצע רייע נייע חידושים. אין פיזיק האט די אנטדעקונג פון יאדער-שפאלטונג האט געברענגט צו נוקלעארע וואפן און אויך קערנדיקע קראפט. מען האט ערפינדן קאמפיוטערס און שפעטער האט מען זיי פארקלענערט מיט טראנזיסטארן און אינטעגרירטע קרייזן. אינפארמאציע טעכנאלאגיע האט געברענגט צו שאפן די אינטערנעץ וואס האט אריינגעברענגט די אינפארמאציע תקופה. מענטשן ניצן היינט סאטעליטן אויסצופארשן דעם קאסמאס און אויך פאר טעלעקאמונקאציע.

פייער

פייער איז א וויכטיגער קוואל פון ענערגיע. אז מען פארברענט האלץ און האלצקוילן אין א פייער קען מען קאכן עסן. מיט דער צייט האט מען ערפינדן דעם ברענאויוון און דעם בלאזזאק וואס האט געגעבן די מעגלעכקייט צו שמעלצן און קאווען מעטאלן, ווי למשל גאלד, זילבער, קופער און בליי. מען איז גיך דערגאנגען די מעלות פון קופערנע געצייג איבער שטיין, ביין און הילצערנע געצייג. כאטש נאטירלעכער קופער איז נישט פאראן נאר אין קליינע קוואנטיטעטן אבער קופערנע אראצן זענען גאנץ פארשפרייט און מען קען פראדוצירן דעם מעטאל ווען מען פארברענט זיי אין א פייער פון האלץ אדער האלצקוילן.

ארבעטן מיט מעטאלן האט מען אויך אויסגעפונען געשמעלצן ווי בראנדז און מעש. די ערשטע באניצן פון אייזערנע געשמעלצן ווי שטאל זענען געווען בערך 1800 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג.

מיט א פייער פון האלץ אדער האלצקוילן האט מען געקענט קאכן און בראטן עסנווארג צו מאכן אים מער עסבאר.

ענערגיע און טראנספארט

דאס ערשטע באניץ פון ווינט קראפט איז די זעגלשיף; ס'איז פאראן א באריכט פון א נילוס שיפל מיט א זעגל שוין טויזנטער יאר צוריק. פון פרעהיסטארישע צייטן ווייזט אויס אז די עגיפטער האבן ווארשיינלעך געניצט די קראפט פון דער נילוס-פארפלייצונג צו באוואסערן זייערע פעלדער, און ביסלעכווייז האבן זיי זיך אויסגעלערנט צו רעגולירן דעם וואסערשטראם דורך געבויטע באוואסערונג קאנאלן און באסיינען. אזוי אויך האבן די אמאליגע באוואוינער פון מעסאפאטאמיע (היינטיקער איראק), די סומערען, געלערנט צו ניצן די חידקל און פרת טייכן פארן זעלבן צוועק.

אבער די באניץ פון ווינט און וואסער קראפט איז געווען שטארק באגרענציצט אן אַן אנדער ערפינדונג. די ערפינדונג פון דער ראד האט פאסירט סיי אין מעסאפאטאמיע סיי אין די צפון קאווקאז בערג און סיי אין צענטראל אייראפע. מען האט געניצט רעדער פאר צוויי פארשידענע צוועקן. ערשטנס האט געמאכט וואגנס מיט רעדער כדי צו פירן א לאסט גאנץ גרינג א ווייטן וועג. אויך האט מען געניצט א ראד אין טעפעריי.

די ערפינדונג פונעם ראד האט געשאפט א רעוואלוציע אין האנדל און אין פירן קריגן. מיט גיכע טעפער-רעדער איז געווארן מעגלעך צו פראדוצירן א סך טעפעריי. אבער די גרעסטע רעוואלוציע איז געווען ניצן א ראד צו פארוואנדלען ענערגיע דורך וואסערמילן, ווינטמילן און אנדערע וועגן צו פארגרעסערן קראפט קוואלן.

אינפארמאציע טעכנאלאגיע

  אינפארמאציע טעכנאלאגיע

אינפארמאציע טעכנאלאגיע איז ברייט פארשטאנען ווי די אנווענדונג פון קאמפיוטערס צו שפייכלערן, שטודירן, צוריקברענגען, טראנסמיטירן און מאניפולירן דאטן [2] אדער אינפארמאציע, אפטמאל אין קאנטעקסט פון האנדל.[3] אינפארמאציע טעכנאלאגיע ווערט גערעכנט אן אפטייל פון אינפארמאציע און קאמוניקאציע טעכנאלאגיע.

מען ניצט דעם טערמין אינפארמאציע טעכנאלאגיע אפט אלס סינאנים פאר קאמפיוטערס און קאמפיוטער נעצווערק, אבער אין אמת'ן ער שליסט איין אויך אנדערע אינפארמאציע פארשפרייטונג טעכנאלאגיעס ווי טעלעוויזיע, ראדיא און טעלעפאן. פארשידענע אינדוסטריעס האבן א שייכות מיט אינפארמאציע טעכנאלאגיע, כולל קאמפיוטער הארטווארג, ווייכווארג, עלעקטראניק, האלב-דורכפירערס, אינטערנעץ, טעלעקאם געצייג און עלעקטראנישער האנדל.[4]

טעכנאלאגישע קראנקייטן

עס זענען פאראן געוויסע סאציאלאגישע און געזעלטשאפלעכע פראבלעמען פארבונדן מיט ניצן טעכנאלאגיע:

  1. די טעכנאלאגיע קען שאפן אז דער מענטש ניצט מער נישט זיינע אייגענע מעגלעכקייטן.
  2. 'טעכנאפאביע' - פארכט פון טעכנאלאגיע (דאס קען פאסירן אין א פאל פון מענטשן וואס קענען נישט ניצן פארשידענע טעכנאלאגיעס. די פארכט קען אויסלאזן מיט 'טעכנא-סטרעס' – דער מענטש פאלט איין אונטער אן איבערמאס פון אינפארמאציע.
  3. פארשקלאפונג – געפאר פון אונטערטעניקייט צו דער ווירטואלער וועלט, קעגן דער רעאלער וועלט, דורך פארלאזן לעבנס־פארבינדונגען (פאמיליע, פריינט) וואס זענען נייטיק פאר גליקלעכן לעבן

זעט אויך

רעפערענצן

  1. National Research Council; Division on Engineering and Physical Sciences; Energy Engineering Board; Commission on Engineering and Technical Systems; Committee on Electricity in Economic Growth (1986). Electricity in Economic Growth. Washington, DC: National Academies Press. pp. 16, 40. ISBN 0-309-03677-1.{{cite book}}: CS1 maint: multiple names: authors list (link)
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען DOP
  3. "Free on-line dictionary of computing (FOLDOC)". Retrieved ‏9טן פעברואר 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען DMC

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!