רוי:זלמן שניאור

ווערסיע פון 16:18, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 

זלמן שניאור אין 1949

זלמן שניאור (1887- דעם 20סטן פעברואַר 1959) איז דער פּסעוודאָנים פון שניאור זאַלקינד, אַ ייִדיש־העברעיִשן פּראָזאַיִקער און דיכטער. זייַנע ווערק ווערן באַטראַכט ווי אַ מייַלשטיין אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

לעבן

שניאור איז געבוירן אין שקלאָוו אין מאָהילעווער (מאָליעווער) גובערניע, אין מזרח תּחום־המושב אין דער צאַרישער אימפּעריע (הייַנט: ווייַסרוסלאַנד). ער האָט אָפּגעשטאַמט פון דער באַקאַנטער ליבאַוויטשער חסידישער (חב"ד) שניאורסאָן־משפּחה, איז אויסגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה און האָט באַקומען אַ רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. שוין צו 8־9 יאָר אָנגעהויבן שרייַבן לידער אויף ייִדיש און העברעיִש.

אין אַלטער פון 13 יאָר איז ער אַוועקגעפאָרן קיין אָדעס וווּ חיים נחמן ביאַליק האָט אים וואַרעם אויפגענומען. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט מענדעלע מוכר־ספרים, מיט משה־לייב ליליענבלום און מיט יהושע־חנא ראַבֿניצקי. אין 1902 איז ער אַוועק קיין וואַרשע וווּ ער האָט געאַרבעט אין דאָרטיקן "תּושיה־פאַרלאַג" און וווּ דוד פרישמאַן האָט אים מקרבֿ געווען. אַ קורצע צייַט איז ער געווען דער פּערזענלעכער סעקרעטאַר פון יצחק לייבוש פּרץ. אין 1903 זיך אומגעקערט קיין שקלאָװ און אין 1904 האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ ער האָט געשריבן פאַר אַ לאָקאַלער העברעישער צייַטשריפט. די שטאָט ווילנע האָט ער שפּעטער באַשריבן אין דער פּאָעמע וילנה. אַ יאָר נאָך דעם איז שניאור אַוועק קיין שווייץ, שפּעטער קיין פּאַריז וווּ ער האָט שטודירט אין דער סאָרבאָנע ליטעראַטור, פילאָסאָפיע און נאַטור־וויסנשאַפט.

צווישן 1908 און 1913 איז ער אַרומגעפאָרן איבער אייראָפּע און צפון־אַפריקע. במשך קירצערע פּעריאָדן האָט ער זיך געלערנט אין דער שווייץ און אין דייַטשלאַנד.

די ערשטע וועלט־מלחמה האָט ער דורכגעמאַכט אין בערלין פון וואַנען ער האָט, ווי אַ רוסישער בירגער, נישט געטאָרט אַרויספאָרן. דאָרטן האָט ער איבערגעריסן די שריפטשטעלערישע טעטיקייט, שטודירט מעדיצין און געאַרבעט אין אַן אָרטיקן שפּיטאָל. אין 1919 איז ער געפאָרן קיין אַמעריקע, זיך שפּעטער אומגעקערט קיין בערלין. אין 1923 האָט שניאור זיך באַזעצט אין פראַנקרייַך, וווּ ער האָט געלעבט ביז 1941 מחמת דער אינוואַזיע פון די נאַציס אין 1940. ער איז אַנטלאָפן קיין שפּאַניע און פון דאָרטן קיין אַמעריקע (ניו־יאָרק). אין 1925 און אין 1936 האָט ער געפּרוּווט זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל וווּ ער האָט נישט באַקומען די געהעריקע הילף זיך אייַנצואָרדענען. דאָס האָט אין אים איבערגעלאָזן אַ פאַרביטערטקייט קעגן ציוניזם. סוף 1949 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל, און זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ און שפּעטער אין רמת־גן. נאָך זייַן עליה האָט שניאור אָנגעהויבן שרייַבן פאַר די טאָגצייַטונגען און אַרויסגעגעבן פאַרשיידענע ביכער. צוליב זייַן פאַרדינסט פאַר דער העברעיִשער קולטור האָט שניאור באַקומען דעם "פרס ביאליק" (1951) און דעם "פרס ישראל" (1955). צוליב געזונט־טעמים צוריקגעפאָרן קיין אַמעריקע אין 1955.

זלמן שניאור איז נפטר געוואָרן אין 1959 אין ניו־יאָרק.

ווערק

שניאורס וויכטיקסטער ליטעראַריש־קינסטלערישער אויפטו איז אין דער העברעיִשער פּאָעזיע, אָבער זייַנע הויפּטווערק אין פּראָזע זענען אין ייִדיש. זייַנע ווערק, צווישן אַנדערע שקלאָווער ייִדן און נח פּאַנדרע, זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן.

אין 1901 האָט ער דעביוטירט מיט לידער אין מרדכי ספּעקטאָרס "יודישע פאָלקסצייַטונג". אין זייַן ווילנער תּקופה האָט ער זיך אַלץ מער גענומען שרייַבן אין ייִדישע אויסגאַבעס. אין "דער נייַער וועג", "דאָס ייִדישע פאָלק" האָט ער פארעפנטלעכט די פאָעמעס פייַער, מעשׂה בראשית, די פרייַהייט און די דערציילונגען נקמה, אויף ביידע זייַטן פון דניעסטער. אויכעט אין אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן פּובליקירט לידער און דערציילונגען. ער איז געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון "מאָמענט", "צוקונפט" א"אַ.

שניאורס וויכטיקסטע שאַפערישע פּראָזע־תּקופה אין ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן אין 1927. ער איז געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון "פאָרווערטס" און דאָרטן האָט ער פּוביליקירט קלענערע פּראָזע־ווערק און גרויספאַרנעמיקע ראָמאַנען, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אַנדערע ייִדישע צײַטונגען ("מאָמענט", "צייַט", א"אַ). צו גלייַך האָט ער געשריבן זכרונות און אַרטיקלען וועגן ייִדישע שריפטשטעלערס (מענדעלע מוכר ספרים, שלום־עליכם, חיים נחמן ביאַליק, א"אַ). אַ סך ווערק פון שניאורן פאַרמאָגן אַ גרויסן דראַמאַטישן שטאָף. אין די דרייַסיקער יאָרן איז בייַ שניאורן אויפגעקומען דער פאַרלאַנג צו זען זייַנע ווערק אויף דער ייִדישער אָדער העברעיִשער בינע. מאָריץ שוואַרצעס באַאַרבעטונג פונעם ראָמאַן נח פּאַנדרע איז אויפגעפירט אונטער דעם נאָמען דאָס געזאַנג פון דניעפּער אין ייִדישן קונסט־טעאַטער. שניאור האָט נאָך אין זינען געהאַט צו דראַמאַטיזירן עטלעכע ווערק און געהאַט דרייַ פאַרענדיקטע דראַמעס (דער קאָפּ, דער וואַלד, דער נבֿיא) אָבער עס איז אים מער נישט געלונגען דורכצופירן זייַנע פּלענער.

פון די לידער וואָס ער האָט געשריבן זענען עטלעכע געזונגען געוואָרן פון פאָלק אויף ייִדיש: מאַרגעריטקעלעך, קאַרשן, פרילינג א"אַ.

רשימה פון די ווערק אויף ייִדיש

רשימה פון די ווערק אויף העברעיִש

  • עם שקיעת החמה: שירים, 1900–1906. ורשה: תושיה, תרס"ז/ 1907.
  • מן החיים והמוות: רשימות וסיפורים. ורשה: תושיה, תר"ע/ 1910.
  • עם צלילי המנדולינה: שירים. תרע"ב/ 1912.
  • שירים ופואימות: 1900–1913. אודסה: מוריה, תרע"ד/1914.
  • גשרים: שירים ופואמות תר'ס–תרע'ב. ברלין: הספר, תרפ"ב/ 1922.
  • במצר: קבץ ספורים תרס'ג–תרע'א. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
  • וילנה. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
  • חזיונות: שירים ופואמות תרע'ב–תרפ'א. ברלין: הספר, תרפ"ד/1923.
  • לילדי ישראל: שירי ילדים. פריז: הוצאת ועד היובל, תר"ץ/ 1930.
  • פרקי יער. תל אביב: דביר, תרצ"ג/ 1933.
  • אנשי שקלוב. תל אביב: עם עובד, תש"ד/ 1944. (איבערגעזעצט פון ייִדיש שקלאָווער ייִדן.)
  • פנדרי הגיבור. עם עובד, ?. (איבערגעזעצט פון ייִדיש נוח פּאַנדרע.)
  • לוחות גנוזים. עם עובד, תש"ח/ 1948.
  • שירי זלמן שניאור. הוצאת עם עובד, תשי"א/ 1951.
  • הגאון והרב. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
  • ח.נ. ביאליק ובני דורו. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
  • דור דור ואנשיו: סיפורים. תל אביב: יבנה, תשי"ז/ 1957.
  • שירים. דביר, תשי"ח/ 1958.
  • כּתבי ז. שניאור. (תּש"ך)/ 1960.
  • ימי הביניים מתקרבים!: מבחר שירים. קשב, תשע"א/ 2011.

דרויסנדיקע פאַרבינדונגען

ביבליאָגראַפיע

  • לעקסיקאָן פון דער נייַער ייִדישער ליטעראַטור. בד.8, זז' 750-754. ניו־יאָרק: אַלוועלטכעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס 1981.
  • ראַוויטש, מלך: מייַן לעקסיקאָן. בד. IV, 2, זז' 360-363. תּל־אָבֿיבֿ: וועלטראַט פאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, 1982.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!