רוי:הרב איסר יהודה אונטערמאן

ווערסיע פון 07:04, 18 אויגוסט 2020 דורך 213.137.70.182 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
הרב אונטרמן מיט הרב אלישיב מיט הרב גורן
הרב איסר יהודה אונטערמאן, תש"ט

הרב איסר יהודה אונטערמאן (י"ד ניסן ה'תרמ"ו - כ"ד שבט ה'תשל"ו) איז געווען דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל פון תשכ"ד ביז תשל"ב.

לעבנסגעשיכטע

איסר יהודה אונטערמאן איז געבוירן אין בריסק (היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער ר' אליהו און זיין מוטער שיינא.

ער האט געלערנט ביים בריסקער דיין, רבי שמחה זעליג ריגער, און ביי די צוועלף יאר איז ער געגאנגען לערנען מיט דער ערשטער חבורה וואס האבן געלערנט אין דער ענף עץ חיים ישיבה אין מאלטש אונטער רבי זלמן סענדער כהנא שפירא, און שפעטער אונטער רבי שמעון שקאפ. נאך זיין חתונה מיט רחל לאה יעלין האט ער געלערנט אין דעם כולל פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי רפאל שפירא און פון רבי שמחה זעליג ריגער], דעם בריסקער דיין. דערנאך האט ער אליין געעפנט א ישיבה אין ווישנעווע (נישט ווייט פון וואלאזשין) אין יאר תר"ע.

ער איז נפטר געווארן אין תשל"וֹ און באערדיגט אין הר הזיתים.

רבנות

אין תרפ"ד איז ער באשטימט געווארן רב פון ליווערפול, ענגלאנד, וואו ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר. אין תש"ו איז ער געווארן דער דריטער הויפט רב פון תל אביב, ביז תשכ"ו, ווען ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון ישראל.


זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר "שבט מיהודה".[1]

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. שבט מיהודה, ירושלים, תשט״ו


פריערדיגער:
ערשטער
אשכנזישער הויפט רב פון ישראל
1964–1972
"שבט מיהודה"
נאָכפאלגער:
שלמה גורן

מוסטער:רב-שטומף