רוי:ווישנעווע
ווישנעווע (בעלאַרוסיש: Ві́шнева; רוסיש: Вишнево, ווישנעווא; פּויליש: Wiszniewo, ווישניעווא) איז א שטעטל אין וואלאזשינער ראיאן, מינסקער וואבלאסט, בעלארוס, נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט ליטע. ביזן ערשטן וועלט קריג איז די שטאט געווען אין אשמיאניער דיסטריקט, ווילנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע; פון 1921-1939 איז זי געווען אין דעם וואלאזשינער דיסטריקט, נאווהארדיקער גובערניע פון דער צווייטער פוילישער רעפובליק.
אין 1907 האבן געוואוינט אין ווישנעווע 2650 מענטשן, פון זיי 1863 אידן. כמעט די גאנצע אידישע באפעלקערונג איז געווארן ליקווידירט דורך די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג. אום 30סטן אויגוסט 1942 האבן די עס.עס. געהרגעט 1100 אידן פון ווישנעווע, און די איבערגעבליבענע אידן האט מען געפירט אין דער וואלאזשינער געטא.[1] קיין אידן בלייבן נישט אין דער שטאט.
אין תר"ע האט הרב הרב איסר יהודה אונטערמאן געעפנט א ישיבה אין ווישנעווע.
באקאנטע מענטשן פון ווישנעווע
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!