המכלול:רייניגונג פראיעקט/פראצעדור

דער פראיעקט נעמט אריין צוויי חלקים: באקוקן און דורכזיפן דעם אינהאלט פון די ארטיקלען; און פאררעכטן דעם שפראך צו ריכטיג אידיש. איר קענט טון סיי וועלכע פון די צוויי איז אייך ניחא, אויף וועלכן סדר איר ווילט. אויב איז אייך גרינגער צו טון ביידע פון זיי אויפאמאל, איז אוודאי גוט.

באקוקן אינהאלט

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" קאטעגאריע. דער ציל איז אז זיי זאלן אלע ווערן באקוקט און די קאטעגאריע אראפגענומען.


ווען איר עפנט אן אומבאקוקטן בלאט, אויב:

  • עס איז באשטייט בלויז פון קלארע כיעור, מינות, און אנדערע זאכן צו רייניגן
  • עס איז א ווייטערפיר (הפניה, רעדירעקט) וועלכע איז בלויז וויכטיג פאר יידיש ליינער (ווי װײַסל וואס פירט צו ווייסל)

דאן מעקט אויס דעם בלאט. אין ערשטן פאל, נעמט אויך אוועק פריערדיגע ווערסיעס.


אויב איז פארהאן קלארע כיעור, מינות, ראיות אסורות, וכדומה, אינמיטן אן ארטיקל, מעקט אויס דעם שטיקל, און:

(אין פאל וואס איר זעט קלארע פראבלעמען אין דעם ארטיקל, אבער איר זענט יעצט נישט דערביי עס אינגאנצן צו פארריכטן, איז ראטזאם עס באריכטן. דאס וועט זיכער מאכן אז דער פראבלעם ווערט נישט פארגעסן, און אנדערע - אדער איר אין א צווייטע געלעגנהייט - וועלן צוריקקומען דערצו).

וויכטיג: דרוקט אויף "קוקט נאך פארדעכטיגטע ווערטער" (ביים זייט פונעם בלאט), און מאכט זיכער אז איר האט באמערקט אלע ווערטער וועלכע זענען געווארן קאלירט. נישט אלעמאל זענען די ווערטער באמת פראבלעמאטיש, אבער עס איז נישט ערלויבט אוועקצונעמען דעם [[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] איידער איר האט איבערגעקוקט אלע אזעלכע ווערטער. פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אויפכאפן אלע פראבלעמען אויף דעם וועג. איר דארפט אליין אויך איבערקוקן דעם בלאט איידער איר גייט ווייטער.

(ווען איר באגעגנט פארדעכטיגע ווערטער וועלכע זענען נישט אויף די ליסטע - דהיינו, ווערטער וועלכע פאדערן אלעמאל אויפמערזאמקייט, זיכער צו מאכן אז זיי זענען כשר אין קאנטעקסט וואו זיי זענען - ביטע שטעלט עס אהער אין "מילים חשודות" אפטיילונג. ווען א געוויסע ווארט אויף די ליסטע איז, לויט אייך, איבריג און אינגאנצן נישט פארדעכטיגט, קענט איר עס אויך אויסשמועסן).


אויב דער גאנצער בלאט, אדער א חלק דערפון, איז אין די גרויע תחום צווישן האלטן אדער מעקן, אדער עס איז אומקלאר גענוי וויפיל און וויאזוי צו טוישן, דאן:

  • לייגט צו דעם [[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]]
  • פרובירט צו עפענען א שמועס דערוועגן דא אינעם רייניגונג פראיעקט, מיר זאלן צוזאמען צוקומען צו ריכטיגע פרינציפן און מהלכים

אויב איז דער אינהאלט פאר זיך נישט שלעכט, אבער דער ארטיקל שפירט זיך פרעמד ווייל עס רעדט זיך איבער עניני אמונות ודעות וכדומה, און בלויז פון א סעקולארן שטאנדפונקט, דאן:

פאררעכטן שפראך

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אויף יידיש" קאטעגאריע. דער ציל איז אז זיי זאלן אלע ווערן פארבעסערט אין שפראך (אויב פעלט אויס) און די קאטעגאריע אראפגענומען.

ווען איר האט איבערגעקוקט א בלאט און עס געטוישט פון יידיש אויף אידיש, דאן נעמט אראפ דעם [[קאטעגאריע:אויף יידיש]]. מיט דער צייט וועט האפנטליך א גרויס חלק פון די ארבעט קענען ווערן אויסגעפירט אויטאמאטיש. אויב איר טרעפט אייך מערערע מאל טוישן איין געוויסע ווארט פון יידיש-אויסלייג צו אידיש, ביטע שטעלט אהער דעם יידישן ווארט אין ערשטן קאלום און אייער ערזאץ אין דריטן.

וויכטיג: טייל ארטיקלען באניצן זיך מיט מוסטערן צו צייגן ריכטיג. די מוסטערן וועלן אימפארטירט ווערן פון העברעאישער המכלול און צוגעפאסט ווערן צום באנוץ אין די אידישע ארטיקלען. נעמט נישט אראפ דעם "אויף יידיש" קאטעגאריע פונעם ארטיקל איידער עס איז פולשטענדיג פארטיג, אריינגערעכנט מיט די מוסטערן.


נאך אפאר זאכן צו האלטן אין געדאנק:

  • א ריזן חלק ארטיקלען זענען כמעט בלויז ווערטערבוך-זאצן. ווען די נושא פאר זיך איז פאסיג און קען נוצן אן ארטיקל, דאן מעקט עס נישט אויס, נאר שטעלט דעם [[קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל]]. ווען די נושא פאר זיך איז נישט אזוי איי איי איי, קען מען גרינגער מעקן ווען צו דעם איז עס נאך פיצל.
  • ערכי יהדות וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]].
  • ערכי יסוד אין אנדערע געביטן וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]].
  • ארטיקלען איבער רבנים, רביים, וכדומה, שטעלט צו דעם פאסיגן טיטל צום נאמען. מאכט זיכער אז איר לאזט א ווייטערפיר צום אלטן נאמען. די פאסיגע טיטלען זענען:
    • "רבי" פאר א נפטר
    • "הרב" פאר א לעבעדיגער


בהמשך, ווען ארטיקלען ווערן אסאך געטוישט (אין תוכן) און/אדער פארברייטערט, וועט מען צולייגן דעם [[קאטעגאריע:המכלול:איבערגעשריבן אדער פארברייטערט]].


זעט אויך