המכלול:רייניגונג פראיעקט/הילף

< המכלול:רייניגונג פראיעקט
ווערסיע פון 14:33, 27 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאטעגאריעס צולייגן און אראפנעמען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

עפעס איז נישט קלאר? איר ווייסט נישט וויאזוי עפעס אויסצופירן? מיר זענען דא פאר אייך! ביטע שרייבט דא אייער פראגע.

ווי אזוי לייגט מען צו א קאטעגאריע?

ווען איר ניצט דער "רעדאגירט" אויסוואל

 
קאטעגאריע אויסוואל
  • דרוקט אויפ'ן קנעפל מיט די דריי פאסן, אויבן לינקס.
  • דרוקט אויף "קאטעגאריעס".
  • אינעם קעסטל וואס וועט זיך עפענען, הייבט אן שרייבן אין דעם "צולייגן א קאטעגאריע" פענסטערל דעם נאמען פון די קאטעגאריע וואס איר ווילט צולייגן, און וועלט איר אויס פון די ליסטע אז עס זאל זיך אריינשרייבן אינעם פענסטערל.
  • דרוקט "אנווענדן ענדערונגען".

ווען איר נוצט דער "רעדאגירט טעקסט" אויסוואל

  • גאנץ אונטן פונעם טעקסט, שרייבט פשוט [[קאטעגאריע:קאטעגאריע-נאמען]] אין א שורה פאר זיך. למשל [[קאטעגאריע:אינהאלט אראפגענומען]] וועט צולייגן דעם ארטיקל צום "אינהאלט אראפגענומען" קאטעגאריע.
  • אויב ווילט איר צולייגן עטליכע קאטעגאריעס, שטעלט יעדע פון זיי אין א באזונדערע שורה.

ווי אזוי נעמט מען אראפ א קאטעגאריע?

ווען איר ניצט דער "רעדאגירט" אויסוואל

  • דרוקט אויפ'ן קנעפל מיט די דריי פאסן, אויבן לינקס.
  • דרוקט אויף "קאטעגאריעס".
  • אינעם קעסטל וואס וועט זיך עפענען, דרוקט אויפ'ן נאמען פון די קאטעגאריע וואס איר ווילט אוועקנעמען, און דערנאך דרוקט אויפ'ן מיסטקאסטן סימבאל וואס וועט זיך באווייזן.
  • דרוקט "אנווענדן ענדערונגען".

ווען איר נוצט דער "רעדאגירט טעקסט" אויסוואל

  • טרעפט דעם [[קאטעגאריע:קאטעגאריע-נאמען]] שורה וואס האט געהאט געשטעלט דעם ארטיקל אין די קאטעגאריע (געווענליך גאנץ אונטן), און מעקט עס פשוט אויס.