רוי:בריטישע אקט אף יוניאן

ווערסיע פון 08:55, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

בריטאניע איז באקאנט מיט אירע פיר אקט אף יוניאן'ס (אקטן וואס האבן פאראייניגט לענדער) וועלכע האבן געברענגט די בריטישע אימפעריע צו איר פולן פראכט.

  1. ענגלאנד מיט וויילס אין 1536.
  2. ענגלאנד און וויילס מיט סקאטלאנד אין 1707.
  3. גרויסבריטאניע מיט אירלאנד אין 1800.
  4. די בריטישע פראווינצן פון די העכערע און נידעריגערע טיילן פון קאנאדע אין נארט אמעריקע אין יאר 840'.


די אקט אף יוניאן פון 1536

די אקט אף יוניאן וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אין 536', דורכאויס די צייטן פון הענרי דער אכטער, וועלכער איז געווען דער צווייטער מאנארך וואס איז פאקטיש געווען א וויילס געבוירענער און איז שפעטער געווארן קעניג אין ענגלאנד צוליב זיין פאמיליע פארבינדענהייט מיט די ענגלישע קעניגן.

יענער אקט האט נישט נאר פאראייניגט ענגלאנד מיט וויילס נאר האט אויך פאראייניגט וויילס זעלבסט. אין וויילס איז פריער געווען צענדליגער מאנארכיעס און לארדן וועלכע האבן געהערשט יעדער אויף א צווייטן ארט. מיט'ן אקט אף יוניאן איז וויילס פאראייניגט געווארן און יעדע געוועזענע מאנארכיע האט באקומען א רעפרעזענטאטיוו אינעם ענגלישן פארלאמענט.

די אקט פון יוניאן פון 1707

די צווייטע אקט אף יוניאן וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין יאר 1707 האט פאראייניגט ענגלאנד און סקאטלאנד און האט געגרינדעט דאס קעניגרייך פון גרויסבריטאניע. כאטש סקאטלאנד האט ווייטער אנגעהאלטן מיט איר יוסטיץ סיסטעם און נאך ענליכע זאכן, האט זי געשיקט 45 ערוויילטע מיטגלידער צו די בריטישע הויז אף קאמאנס און נאך 16 צו די הויז אף לארדס. סקאטלאנד האט באקומען אלע האנדל רעכטן פונקט ווי ענגלאנד און אויך מיט דאס געלט האט מען זיך צוטיילט.

די אקט אף יוניאן פון 800'

די אקט אף יוניאן וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין יאר 800', און איז געווארן געזעץ יאנואר דעם ערשטן 801', האט פאראייניגט גרעיט בריטען מיט גאנץ אירלאנד באקומענדיג דעם נאמען "די יונייטעד קינגדאם אף גרעיט בריטען ענד אירלאנד". די בריטישע האבן אריינגענומען 100 איירישע אין די הויז אף קאמאנס און נאך 32 אין די הויז אף לארדס. די איירישע האבן אבער נישט איינגעהאלטן די בריטישע געזעצן און אויפגעשטעלט א מעכטיגע רעבעלן גרופע וועלכע האט געצוואונגן די בריטישע צוריקצוגעבן זעלבסטשטענדיקייט פאר זיי.ֿ

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!