רוי:רבי ברוך שלום אשלג

ווערסיע פון 08:12, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
אשלג רבי
ברוך שלום הלוי אשלג
Rabbi Baruch Ashlag.jpg
געבורט ווארשע, קאנגרעס פוילן
פטירה בני ברק, ישראל

רבי ברוך שלום הלוי אשלג (ז' שבט ה'תרס"ז - ה' תשרי ה'תשנ"ב) איז געווען אן אדמו"ר און א מקובל. ער איז געווען דער בכור פון הרב יהודה לייב הלוי אשלג, מחבר פונעם "סולם" אויפן זוהר, און זיין נאכפאלגער. ער האט פארפאסט די ספרים "שלבי הסולם", "דרגות הסולם" און "אגרות הרב"ש".

חייו

ברוך שלום הלוי אשלג איז געבוירן געווארן אין ווארשע, קאנגרעס פוילן, אום ז' שבט תרס"ז 1907. שוין ביי די ניין יאר האט ער אנגעהויבן לערנען ביי זיין פאטער, און ער איז מיטגעפארן מיט אים צום פאריסאווער רבי'ן און צום בעלזער רב. נאך זיין בר־מצוה אין תרפ"א איז ער ארויף מיט זיין משפחה אין ארץ ישראל וואו ער האט געלערנט אין ישיבת תורת אמת פון חב"ד אין ירושלים. ביי די זיבעצן יארן האט ער באקומען היתר הוראה דורך די גרעסטע רבנים אין ארץ ישראל – הרב אברהם יצחק הכהן קוק, הרב יוסף חיים זאנענפלד און הרב יעקב משה חרל"פ. מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!