רוי:באטאניק
באטאניק (שטאמט פון גריכיש) איז א טייל פון די ביאלאגישע וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט פלאנצן און געוויקסן, בלומען און ביימער. איר אנטוויקלונג, איר וואקס, איר פרוכט א.א.וו.
אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײַל פון דער באָטאַניק איז די פלאַנצן-סיסטעמאַטיק, די װיסנשאַפט װאָס טײלט די מלוכה פון די פלאַנצן אין גרופּעס. אַן אַנדער צװײג פון דער באָטאַניק איז די פיזיִאָלאָגיִע פון די פלאַנצן, װאָס שטודירט דעם מעטאַבאָליזם, די באַװעגונג פון פלאַנצען און אַזױ װײַטער.
באטאניקער שטודירן די קלאסיפיקאציע (טאקסאנאמיע), סטרוקטור (אנאטאמיע און מארפאלאגיע) אדער פונקציע (פיזיאלאגיע) פון פלאנצן, סיי צעלן, סיי געוועבן, סיי ארגאנען, סיי גאנצע פלאנצן, סיי גרופעס פון פלאנצן.
די שטודיע פון פלאנצן איז לעבנס־נייטיק ווייל זיי זענען א פונדאמענטאלער טייל פון לעבן אויף דער ערד, שאפן זויערשטאף און עסנווארג דורך וואס מענטשן און אנדערער באשעפענישן קענען לעבן. דורך פאטאסינטעז טוען פלאנצן איינזאפן קוילן זייערס. ווי אויך לאזן זיי ארויס זויערשטאף אין דער אטמאספער. נאך, פלאנצן פארמיידן אונטערשווענגונג פון דער ערד.
זעט אויך
אַלגעמיינע אונטער-פעלדער אין ביאלאגיע
|
---|
אנאטאמיע | אנטוויקלונס ביאלאגיע | באטאניק | באקטעריאלאגיע | ביאאינפארמאטיק | ביאטעכנאלאגיע | ביאכעמיע | גענאמיק | גענעטיק | זאאלאגיע | טאקסאנאמיע | ים ביאלאגיע | מענטשליכע ביאלאגיע | מיקראביאלאגיע | מאלעקולארע ביאלאגיע | מקור פון לעבן | עקאלאגיע | עוואלוציעס ביאלאגיע | פאטאלאגיע | פאלעאנטאלאגיע | פאראזיטאלאגיע | פיזיאלאגיע | צעל-ביאלאגיע |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!