רוי:אריאל שרון

ווערסיע פון 00:56, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
אריאל שרון
ווייב לילי שרון

אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן (שיינערמאן) (ה' אדר תרפ"ח, 26סטן פעברואר 1928 - י' שבט תשע"ד, 11טן יאנואר 2014) איז געוועזן דער עלפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכוד'ס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005.

אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין.

אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן (התנתקות) און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.

געשיכטע

אריאל איז געבוירן געוואָרן אום 1928 אין "כפר מאַלאַל", פאלעסטינע (ארץ־ישֹראל). און איז געוועזן אַ גענעראַל לײַטער ביי די ערשטע יאָרן פון דער ישראל'ישער רעגירונג פון 1948. ביי די אומאפהענגיקייט מלחמה איז ער געווען א סאלדאט, ווי ער איז שווער פארווונדעט געווארן, און כמעט געשטארבן.

ער האט געגרינדעט די 101טע דיוויזיע, וואס איז שפעטער אריבער צו דער פאל-שירעם בריגאדע, ביי די סיני מלחמה, און ביי די זעקסטאגיקער מלחמה איז ער געווען פון די הויפט גענעראלן, איינצונעמען דעם סיני האלבאינדזל, און ביי דער יום כיפור מלחמה איז ער אריבער דעם סועץ קאנאל מיט זיינע זעלנער.

ער איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, אין 1981. אבער נאכן סאברא און שאטילא מארד, האט ער רעזיגנירט, ער איז געווען פון די הויפט שטיצער פון די קריסטן, ביי דער לבנון ברודער קריג, אין דער ישראל רעגירונג, אונטער מנחם בעגין. א טייל מענטשן האבן אים באשולדיקט, אז דער קריג פרידן פארן גליל, איז זיין קריג. און מיט דעם האט ער אונטערגעברענגט בעגין.

משפחה

ער האט ערשט חתונה געהאט מיט זיין ווייב מרגלית בזיווג ראשון פון וועמען זיין זון גור שרון איז געבוירן און געשטארבן אין אן אויטאָ-עקסידענט. ובזיווג שני א פרוי שוועסטר פון מרגלית, לילי, האט ער צוויי קינדער, עמרי און גלעד.

מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל מוסטער:פערטהיידיגע מיניסטערס אין ישראלמוסטער:אינערן-מיניסטארן אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!