רוי:אייפל טורעם

ווערסיע פון 18:45, 26 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
דער אייפל טורעם
אייפל טורעם

דער אייפל טורעם (פראנצויזיש: Tour Eiffel טור-עפעל) איז אן אייזערנער טורעם געבויט אין פאריז, פראנקרייך, לעבן דעם סען טייך.ער איז די העכסטע סטרוקטור אין פאריז און איינע פון די מערסטע באקאנטסע מאנומענטן פון איבער דער וועלט. בשעת מען האט אים געבויט איז דער אייפל טורעם אריבערגעשטיקן דעם וואשינגטאן מאנומענט צו ווערן די העכסטע מענטשן־געמאכטע סטרוקטור אין דער וועלט, א טיטל וואס ער האט געהאלטן 41 יאר ביז מען האט געענדיגט די קרייזלער געביידע אין ניו יארק סיטי אין 1930.

ער הייסט אייפל נאך זיין אינזשעניר, עס איז דאס מערסטע באזוכסטער מאנומענט פון איבער די וועלט; 6,428,441 מענטשן האבן באזוכט דעם טורעם אין יאר 2005 און מער פון 200,000,000 זינט איר קאנסטראקציע.

אריינגערעכענט מיט איר זיבן און אכציגער פוס'יגער אנטענע, איז דער סטרוקטור א 1,063 פוס הויך.

דער טורעם איז היינט צוטאגס דער פופטער גרעסטער סטרוקטור אין פראנקרייך.

עס וועגט א 7,300 טאן.

מען טוט פארבן אים איבער יעדע דריטע יאר כדי ער זאל נישט ווערן פארזשאווערט.

ביי דער דייטשעr אקופאציע פון פאריז אין 1940 האבן די פראנצויזן געשניטן די ליפט-קאבלען. דער טורעם איז געווען פארמאכט דורך דער אקופאציע און מען האט פארראכטן די ליפטן נאר אין 1946.[1] אין 1940, האבן דייטשע זעלנער געדארפט קלעטערן ארויף דעם טורעם צו הענגען דארט זייער פאן.

בילדער

רעפערענצן

  1. Harriss, pp. 180–84.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!