רוי:אייפל טורעם
דער אייפל טורעם (פראנצויזיש: Tour Eiffel טור-עפעל) איז אן אייזערנער טורעם געבויט אין פאריז, פראנקרייך, לעבן דעם סען טייך.ער איז די העכסטע סטרוקטור אין פאריז און איינע פון די מערסטע באקאנטסע מאנומענטן פון איבער דער וועלט.
מען האט אנהייב געפלאנט צו דאס בויען אין ברצלונה וואס איז אין שפאניע אבער צום סוף האט מען עס געבויט אין פראנקרייך צום אנדענק פון הונדערט יאר פון די פראנצויזישע רעוואלוציע.
בשעת מען האט אים געבויט איז דער אייפל טורעם אריבערגעשטיקן דעם וואשינגטאן מאנומענט צו ווערן די העכסטע מענטשן־געמאכטע סטרוקטור אין דער וועלט, א טיטל וואס ער האט געהאלטן 41 יאר ביז מען האט געענדיגט די קרייזלער געביידע אין ניו יארק סיטי אין 1930.
ער הייסט אייפל נאך זיין אינזשעניר, עס איז דאס מערסטע באזוכסטער מאנומענט פון איבער די וועלט; 6,428,441 מענטשן האבן באזוכט דעם טורעם אין יאר 2005 און מער פון 200,000,000 זינט איר קאנסטראקציע.
אריינגערעכענט מיט איר זיבן און אכציגער פוס'יגער אנטענע, איז דער סטרוקטור א 1,063 פוס (330 מעטער) הויך.
דער טורעם איז היינט צוטאגס דער פופטער גרעסטער סטרוקטור אין פראנקרייך.
עס וועגט א 7,300 טאן.
מען טוט פארבן אים איבער יעדע דריטע יאר כדי ער זאל נישט ווערן פארזשאווערט.
ביי דער דייטשעr אקופאציע פון פאריז אין 1940 האבן די פראנצויזן געשניטן די ליפט-קאבלען. דער טורעם איז געווען פארמאכט דורך דער אקופאציע און מען האט פארראכטן די ליפטן נאר אין 1946.[1] אין 1940, האבן דייטשע זעלנער געדארפט קלעטערן ארויף דעם טורעם צו הענגען דארט זייער פאן.
בילדער
- Champ de Mars from the Eiffel Tower - July 2006.jpg
קוקנדיג דרום-מזרח אראפ דעם Champ de Mars, Tour Montparnasse אין דער ווייטנס און לעז אינוואליד גאנץ לינקס.
- TourEiffel gobeirne.jpg
Looking down from the first level at one of the feet of the tower.
- France Paris-Eiffel-Tower 2005.jpg
(נענטערער קוק)
- Lightning striking the Eiffel Tower - NOAA.jpg
Struck by lightning in 1902.
- Paris 75007 Rue de Buenos Aires 20051230 Eiffel Tower.jpg
קוקנדיק פון א זייטנגעסל
- Paris Parvis des Droits de l'homme 20070320 Eiffel Tower.jpg
אייפל טורעם
- Eiffeltornet i Paris.JPG
אייפל טורעם
אייפל טורעם פון דעם טראקאַדערא ביים זון אויפגאנג
- Eiffel Tower Keychain.jpg
קליינער מאדעל פון אייפל טורעם פאר טוריסטן.
- Dimensions tour Eiffel.JPG
Dimensions of the Eiffel Tower
- Eiffel daedalus.jpg
Details of the structure from the stairs
- Tour Eiffel - 20150801 15h30 (10621).jpg
רעפערענצן
- ↑ Harriss, pp. 180–84.
דרויסנדיגע לינקס
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!