רוי:פישטראן

ווערסיע פון 19:00, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
Cod liver oil.jpg

פישטראָן (אָדער סתּם טראָן) איז אַן אייל, אַ דיעט־סופּלעמענט געמאַכט פונעם לעבער פון אַ דאָרש. עס פאַרמאָגט אַ הױכן כּמות אָמעגאַ־3, װיטאַמין־A און װיטאַמין־D.

אַמאָל פלעגט מען צוגרײטן דעם טראָן אױף אַזאַן אופן׃ אָנפילן אַ הילצערן פאַס מיט דאָרשלעבערס און ים־װאַסער, און לאָזן יערן אַ יאָר צײַט.

מ'פלעג געבן אלע קינדער טראן טאג טעגלעך ווייל דער װיטאַמין־D אינהאלט טוט שיצן קעגן ענגלישער קרענק, פון וואס אסאך קינדער האבן אמאל געליטן.

אידן פלעגן זיך אױסשמירן די שטיװל מיט טראָן לכּבֿוד שבת.[1]

רעפערענצן