רוי:פראטאפלאנעטארישער דיסק
אַ פּראָטאָפּלאַנעטאַרישער דיסק (ענגליש: protoplanetary disk) איז אַ ראָטירנדיקער, אַרומשטערנישער דיסק, װאָס רינגלט אַ יונגן, נײַ פאָרמירטן שטערן, אַ T־שור־שטערן אָדער אַ הערביג־Ae/Be־שטערן. דער פּראָטאָפּלאַנעטאַרישער דיסק מעג אױך געקלערט װערן, װי אַ װאַקסונגדיסק פאַר דעם שטערן אַלײן, װײַל גאַזן און אַנדערע מאַטעריע מעגן האַלטן און אין פאַלן פון דעם אינערלעכן ראַנד פון דעם דיסק אויף דער שטערנפלאַך. מען זאָל אָבער ניט מבֿלבל זײַן דעם דאָזיקן פּראָצעס מיט דעם פּראָצעס, װאָס מען גלויבט, אַז ער בויט די פּלאַנעטן.