רוי:באריס קאלקער

ווערסיע פון 18:40, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pא" ב־"פא")

 

באָריס קאָלקער

באריס קאלקער (רוסיש: Колкер Борис Григорьевич) (געבוירן געווארן דעם 15טן יולי 1939), איז א לערער פון פרעמדע שפּראַכן און א איבערזעצער, עספּעראנטאלאג, מחבר pןו דרײַ לערנביכער פון עספּעראַנטא פאַר פאַרשידענע ניוואען.

ביאָגראפיע

קאָלקער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט טיראספאל, מאָלדאָוויע, ראטן פארבאנד. זײַנע עלטערן שטאַמען פון אַ ייִדיש שטעטל באַלטע, אַדעסער געגנט, אוקראַיִנע, און די אורעלטערן - פונעם שטעטל קאָלקי אין צפון-מערבֿ- אוקראַיִנע.


קאָלקער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען עספּעראַנטאָ אין 1957. דאָקטאָר פון שפּראַכוויסנשאַpט, פאַרטיידיקט די דיסערטאַציע אויף דער טעמע פון עספּעראַנטאָ. מחבר פון עספּעראַנטאָ-לערנביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס אין געביט פון אינטערלינגוויסטיק. אַ דאַנק גרויסער פּאָפּולערקײט פונעם בוך "אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד" (Vojaĝo en Esperanto-lando) איז ער געוואָרן באַרימט ווי ציצעראָן אין עספּעראַנטאָ-וועלט.

אין 1993 האָט זיך באַזעצט אין די פאַראייניקטע שטאַטן. וווינט אין דער שטאָט קליוולאנד, שטאַט אָהײַאָ.

מיטגליד פון דער עספּעראַנטאָ-אַקאַדעמיע. ערן-מיטגליד פון עספּעראַנטאָ-וועלט-פאַראיין (UEA). מיטגליד פון דער אַקאַדעמיע פאַר עספּעראַנטאָ-ליטעראַטור (ALE). מיטרעדאַקטאָר פון אַ חודש-זשורנאַל "Monato". אין משך פון צוויי צענדליק יאָר פירט אָן מיט פילצאָליקע הינטער-אויגיקע קורסן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פאַרענדיקט אַרום 900 מענטשן. געלייענט לעקציעס פון עספּעראַנטאָ אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן פון סאַן-פראַנציסקאָ און האַרטפאָרד.

הײַנט צו טאָג פירט קאָלקער אָן מיט אינטערנאַציאָנאַלע הינטער-אויגיקע קורסן פון דער העכערער קוואַליפיקאַציע (IPKK).

אין פאַרשיידענע צײַטן געווען איינער פון די גרינדערס און אָנפירערס פון סאָוועטישער יוגנטלעכער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג SEJM‏ (Sovetia Esperantista Junulara Movado), פאַרבאַנד פון סאָוועטישע עספּעראַנטיסטן ASE‏ (Asocio de Sovetiaj Esperantisto), עספּעראַנטאָ-פאַרבאַנד פון סאָוועטישע רעפּובליקן SEU‏ (Sovetrespublikara Esperanto Unio), רוסלענדישן פאַראיין פון עספּעראַנטיסטן REU‏ (Rusia Esperantista Unio), מיטגליד פון קאָמיטעט און הויפּט-באַפולמעכטיקטער פון עספּעראַנטאָ-וועלט-פאַראיין (UEA). אויסגעטראָטן מיט באַריכטן אויף אַ סך וועלט-קאָנגרעסן פון עספּעראַנטיסטן (אָנהייבנדיק פון 48סטן קאָנגרעס פון 1963 אין סאָפיע, בולגאַריע), טעמאַטיש קאָאָרדינירט דעם 85סטן קאָנגרעס אין תּל-אַבֿיבֿ.

דיסערטאַציע

לערנביכער