רוי:על דזשאלסאן

ווערסיע פון 18:40, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וp" ב־"ופ")

על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבױרן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נpטר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פראַנציסקאָ, פאַראײניקטע שטאַטן.

ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעפערישע קאַריערע האָט געדױערט פון 1911 ביז 1950. מע pלעגט אים אָנרופן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פולמעטראַזשיקן קלאַנגען-פילם "דער דזשעז-זינגער".

די אַפישע פון דעם פילם "דער דזשעז-זינגער"