רוי:על דזשאלסאן
על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבױרן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נpטר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן pראַנציסקאָ, פאַראײניקטע שטאַטן.
ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר pון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעpערישע קאַריערע האָט געדױערט pון 1911 ביז 1950. מע pלעגט אים אָנרוpן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן pולמעטראַזשיקן קלאַנגען-pילם "דער דזשעז-זינגער".