רוי:זשאבע
די זשאַבע (פון פויליש: Żaba) אדער פראש איז אַן אמפיבישע חיה װאָס לעבט טײַלװײַז אין װאַסער אָדער זומפּ, און טײַלװײַז אין טרוקעניש. זי האָט קרעפטיגע פּולקעס און קען שפּרינגען זײער װײַט. די זשאַבע עסט פליגן און מוקן. אין פראַנקרײַך עסט מען זשאַבע-פּולקעלעך און דאָס איז אַ באַרימטע טיפּישע שפּײַז דאָרטן.
יידישקייט
אין ספר שמות זענען זשאַבעס די צווייטע שטראָף פון גאָט איבער די עגיפּטער.