רוי:הייבריד אויטא

ווערסיע פון 15:41, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

הייבריד אויטא איז אן אויטא וועלכע ווערט געטריבן דורך צוויי מאטארן, א בענזין ענדזשין און א באטערי מאטאר. די סארט אויטאס קומען היינט אריין אין די מארקעט אלס מער ענווייראמענט פריינטליך און אלס אן אויטא וועלכע נוצט פיל ווייניגער גאזאלין וועלכע איז געווארן אן אישו זינט די פרייזן זענען געשטיגן.


וואס איז א הייבריד?

דאס ווארט הייבריד באדייט א פארמאשין וועלכע ווערט געטריבן דורך צוויי ענערגיע קוועלער. אין פאקט זענען שוין פאראן הייבריד'ס פאר לאנגע יארן ווייל יעדע סובמארין פארמאגט צוויי ענערגיע קוועלער (נוקלעאר און עלעקטריק אדער דיזעל און עלעקטריק) און אזוי אויך די אור אלטע לאקאמאטיוון וועלכע שלעפן די קאמערציאלע באן וואגאנען. אין די לעצטע יארן זענען פאראן הייבריד שטאטישע באסעס און אסאך שטעט און געוויסע גרויסע טראקטארן זענען הייבריד. עס זענען פאראן עטליכע וועגן וויאזוי דער הייבריד אויטא ווערט געטריבן און דאס ווענדט זיך לויט דער אויסשטעל פון די ענערגיע קוועלער. די ערשטע וועג איז דער ארגינעלער וועג וועלכע פארמאגט נאר איין מאטאר און די ענערגיע פאר דער מאטאר ווערט געברענגט פון ביידע קוועלער אינאיינעם. עס זענען אבער אויך פאראן אנדערע סארט וועגן וויאזוי די צוויי ענערגיע קוועלער טיילן זיך איין צו טרייבן איינס אדער צוויי מאטארן. כאטש די ערשטע וועג איז פיל ביליגער און גרינגער צו פראדוצירן זענען למעשה רוב הייבריד מאדעלן מעכאניזירט דורך די צווייטע וועג וועלכע איז שפעטער ערפינדן געווארן. דער סיבה דערצו וועט איר פארשטיין ווען איר וועט ענדיגן דעם ארטיקל. א הייבריד אויטא פארמאגט די פאלגענדע טיילן: 1) א בענזין מאטאר וועלכע איז גארנישט אנדערש ווי די מאטאר פון אלע אנדערע אויטאס נאר איז פיל קלענער. 2) א גאזאלין טאנק אלס א ענערגיע קוואל פאר די גאזאלין מאטאר. 3) א פארגעשריטענע עלעקטריק מאטאר וועלכע נעמט איר ענערגיע פון א באטערי אבער קען אויך צוריקגעבן ענערגיע פאר די באטערי ווען מען ברעיקט אראפ. 4) א גענעראטאר וועלכע פראדוצירט עלעקטריע. 5) באטעריס פאר דעם עלעקטריק מאטאר. און 6) א טראנסמישן וועלכע קען זיין אן ארגינעלע אדער פארגעשריטענע טראנסמישן, געוואנדן לויט דער אויסשטעל פון די הייבריד סיסטעם.


די מעלות פון א הייבריד

הייבריד אויטאס זענען דערווייל טייערער פון אנדערע אויטאס און כאטש מען שפארט זיך גאזאלין עווענטועל איז עס נאך נישט גענוג א גוטע סיבה צו קויפן אזא אויטא ווייל א דורכשניטליכער הייבריד אויטא איז מיט עטליכע טויזענט דאלאר טייערער ווי אן אנדערע אויטא די זעלבע גרויס און קראפטיג און א דורכשניטליכער דרייווער נוצט נישט אזויפיל גאזאלין אין די ערשטע פאר יאר אז עס זאל זיין אזא מציאה. לויט אפיציעלע שאצונגן קויפט א דרוכשניטליכער דרייווער ארום 1,200 דאלאר ווערט אין גאזאלין פער יאר. יעצט אויב איינער צאלט עקסטערע 5,000 דאלאר פאר א גוטע הייבריד אויטא וועט אים געדויערן 8 יאר צו אפנעמען זיין עקסטערע געלט אפילו מיט די בעסטע הייבריד וועלכע נוצט די ווייניגסטע גאזאלין. אבער אן אויטא וואס דארף נוצן ווייניגער גאזאלין האט נאך א מעלה און דאס איז די באקוועמליכקייט אז מען קען פארן פיל מער מיילן אן דארפן איבערפילן דעם אויטא מיט גאזאלין. דאס איז שוין יא א שטארקע סיבה צו צאלן מער געלט אבער נאר פאר איינער וואס קען זיך דאס ערלויבן. א צווייטע מעלה פון הייבריד אויטאס זענען אירע ריינע מאטארן וועלכע גיבן ארויס פיל ווייניגער שמוציגע אפפאל (קארבאן מאנאקסייד און קארבאן דיאקסייד) וואס מאכט איר מער ענווייראמענט פריינטליך. מען שאצט אז אויב יעדער אין גאנץ אמעריקע וועט טוישן צו הייבריד אויטאס וועט מען קענען זען א חילוק מיט די אייגענע אויגן ביז עטליכע יאר. אבער וועם אינטערעסירט די ענווייראמענט? יעדער וויל וואוינען אין א ריינערע ענווייראמענט אבער ווייניג מענטשן זענען גרייט צו צאלן א פרייז דערפאר.


מעכאניזם

כדי צו פארשטיין וויאזוי א הייבריד אויטא קען באווייזן ארויסצוגעבן די זעלבע קראפט און דאך נאר נוצן האלב אזויפיל גאזאלין פעלט זיך אויס א קורצע הקדמה: ווי יעדער ווייסט ווערט די קראפט פון אן אויטא געמאסטן לויט וויפיל פערד-קראפט עס גיט ארויס. למעשה ווערט אבער די גרויסע מאס פערד קראפט קוים גענוצט ווייל ווען א דורכשניטליכער אויטא פארט אויפ'ן הייעוועי נוצט עס נישט מער פון 20 פערד-קראפט. די גרויסע מאס פערד קראפט ווערט נאר גענוצט ווען דער אויטא שטרענגט זיך איבער זייער שטארק ווי אנהייבן פארן צו א שנעלע ספיד אדער ארויפשלעפן א שיפע בארג. ווי מער פערד-קראפט אלס בעסער ציט עס ארויף. קומט אויס אז דער גרויסער קראפטיגער מאטאר איז נישט וויכטיג 90 פראצענט פון דער צייט און נוצט איבעריגע ענערגיע צוליב איר גרויסקייט און שטארקייט ווייל אין פאקט וואלט דער אויטא געקענט נוצן א פיל קלענערע מאטאר רוב פון די צייט. די הייבריד אויטאס לעזן דעם פראבלעם. עס פארמאגט נאר א קליינע מאטאר ווייל רוב צייט פעלט זיך נישט אויס מער פון דעם און ווען עס דארף האבן מער ענערגיע באקומט עס פרישע קראפט פון דעם עלעקטריק מאטאר. אבער דער קליינער מאטאר איז נישט די איינציגסטע חכמה וועלכע מאכט דעם הייבריד שפארן גאזאלין. ווי מיר האבן פריער דערמאנט באקומט די באטערי צוריק ענערגיע פון דעם עלעקטריק מאטאר. דאס פאסירט ווען דער אויטא פאר שנעל און מיטאיינמאל ברעיקט דער דרייווער אראפ. דער מאטאר האט דעמאלט איז זיך אסאך ענערגיע און שיקט דאס צוריק צו די באטערי וואס מיינט אז די באטערי שפארט זיך ענערגיע יעדעס מאל דער אויטא ברעיקט. ווען אן ארגינעלער אויטא שטייט ביי א רויטע ליכט פאר א מינוט נוצט עס נאך אלץ אסאך ענערגיע ווייל דער גרויסער קראפטיגער מאטאר ארבעט ווייטער צו זיין גרייט ווען עס וועט ווייטער דארפן פארן. דער הייבריד אויטא שפארט זיך אין אזא פאל זייער אסאך גאזאלין ווייל עס לעשט אויס אויטאמאטיש די גאזאלין מאטאר און נאר דער עלעקטריק מאטאר בלייבט ארבעטן, נישט נוצנדיג אפילו א ברעקל גאזאלין. ווען דער אויטא דארף אנהייבן פארן ווייטער האט עס גענוג ענערגיע פאר די ערשטע סעקונדן ביז ווילאנג דער גאזאלין מאטאר צינדט זיך צוריק אן. רעדער פון א הייבריד שפארט אויך גאזאלין ווייל דער געשטעל פון א הייבריד אויטא לאזט נוצן אן אנדערע סארט רעדל וועלכע איז הארטער און מער אויפגעבלאזן וואס מאכט איר האבן א בעסערע כאפ אויפ'ן ראוד וואס מיינט ווייניגער קראפט פון די מאטארן.


הייבריד אויטאס אויף די מארקעט

די פירער אין די הייבריד אויטא מארקעט זענען די צוויי יאפאנעזער פירמעס האנדא און טאיאטע וועלכע זענען ביידע גאר אויפגעכאפטע נעמען אין נארט אמעריקע. ביידע פירמעס זענען ערשט ארויסגעקומען מיט א ספעציעלן הייבריד מאדעל און דערנאך האבן זיי אנגעהויבן פראדוצירן טייל פון זייערע ארגינעלע מאדעלן אין א הייבריד ווערסיע. האנדא האט ערשט ארויסגעגעבן איר אינסייד מאדעל און טאיאטע האט ארויסגעגעבן די פריוס מאדעל. ביידע זענען געווען די ערשטע הייבריד קאנצעפטן אבער זענען דאך געווען היבש אנדערש איינע פון די אנדערע. ביידע קאסטן בערך 20 טויזענט דאלאר און פארמאגן א גאזאלין מאטאר און אן עלעקטריק מאטאר מיט באטעריס אבער דארט ענדיגט זיך זייערע ענליכקייטן. אין די ערשטע יארן איז טאיאטע געווען מער פארגעשריטן ווי האנדא ווען זי איז ארויסגעקומען מיט איר פריוס מאדעל שוין אין 97' (עס איז דעמאלט נאר פארקויפט געווארן אין יאפאן), ווען האנדא איז ערשט ערשינען אין 00' מיט איר אינסייד מאדעל. דער ציל פון טאיאטע איז געווען צו רעדוצירן די שלעכטע אפפאל (עמישענס) פון דעם אויטא וואס מער און דער ציל פון האנדא איז געווען צו נוצן וואס ווייניגער ענערגיע. ביידע זענען געווען סוקסעספול אין זייערע ערייכונגן אבער טאיאטע האט אויסגעקוקט צו זיין מער פארגעשריטן מיט איר 4 טירן פריוס וועלכע קוקט נישט אויס צופיל אנדערש פון אנדערע אויטאס ווען האנדא'ס אינסייד מאדעל איז נאר געווען א 2 טיר מאדעל מיט א מאדנעם אויסקוק. די צייט האט זיך גערוקט אין האנדא האט זיך היבש פארבעסערט און געמאכט פארשריט ווען זי איז ארויסגעקומען מיט איר האנדא סיוויק הייבריד מאדעל. האנדא'ס סיוויק מאדעל איז איינע פון די מערסט אויפגעכאפטע מאדעלן איבער די וועלט און א הייבריד מאדעל פון דעם סארט איז באצייכנט געווארן אלס א געוואלדיגער סוקסעס. אינדערצווישן האבן אלע אנדערע גרויסע פירמעס אנגעהויבן ארבעטן אויף הייבריד מאדעלן וועלכע ווערן אלע ערווארטע אין די קומענדיגע יארן. דער צוקונפט פאר הייבריד איז דערווייל א גוטער ווען מער און מער קאנצעפט מאדעלן ווערן געוויזן דורך א רייע אויטא פירמעס ביי זייערע פארשטעלונגן ארום די וועלט.


דאס אויפהאלטונג פון א הייבריד

ביידע, האנדא און טאיאטע, האבן לאנגע גאראנטיס אויף זייערע הייבריד מאדעלן. האנדא'ס מאדעלן קומען מיט אן אכט יאר אדער 80,000 מייל גאראנטי אויף די עלעקטריק טיילן פון די אויטאס און א דריי יאר אדער 36,000 מייל גאראנטי אויף די איבעריגע טיילן פון די אויטאס. טאיאטעס מאדעלן קומען מיט די זעלבע גאראנטיס מיט'ן איינציגסטן חילוק אז זי גיט 100,000 מייל אויף די עלעקטריק טיילן אנשטאט די 80,000 פון האנדא. ביידע פירמעס זאגן אז זייערע באטעריס פארלאנגן נישט קיין אויפהאלטונג און וועט קיינמאל נישט דארפן פארראכטן ווערן ביי סערוויס. ווייטער די עלעקטריק מאטאר זאגן זיי וועט נישט פארלאנגן מער סערוויס ווי די ארגינעלע מאטאר פון יעדן אויטא. אבער דערווייל איז שווער צו וויסן צי זיי זענען גערעכט ווייל עס נעמט מערערע יארן צו שטודירן און זיך איבערצייגן אויב דאס איז טאקע ווי זיי זאגן. אגב, איז דער גרעסטער זארג איבער די הייבריד מאדעלן צווישן די מאסן געווען וויפיל סערוויס דאס וועט פארלאנגן. א גרויסע טייל מעגליכע קאסטומערס האבן געהאלטן אז די סערוויס פאר דעם אויטא וועט קאסטן צופיל און טאקע דערפאר האבן ביידע פירמעס געמוזט איינשטעלן און צוזאגן א 8 יאר גאראנטי ווייל אנדערש וואלט מענטשן דאס קיינמאל נישט אקצעפטירט.


קאסטן

ווי פריער דערמאנט זענען הייבריד'ס טייערער ווי אנדערע ארגינעלע אויטא מאדעלן אין די זעלבע קאטעגאריעס און אפילו מיט די גאזאלין וואס מען שפארט זיך לוינט זיך דאס נאך נישט. אבער מיט דעם אלעם איז די הייבריד מארקעט זייער סוקסעספול צוליב אירע אנדערע מעלות און אויך ווייל מענטשן גלייכן צו זיין מער פארגעשריטן ווי זייערע פריינט און אנדערע ווייל זיי ווילן באמת העלפן די סביבה.

פאר אינטערעסאנטקייט וועלן מיר געבן א בליק אויף די פרייזן פון די הייבריד מאדעלן וועלכע זענען שוין אינדרויסן: לויט אלע עקספערטן איז דער האנדא עקארד דערווייל די בעסטע הייבריד אויטא מאדעל אויף די מארקעט מיט א צוגעגליכענע פרייז פון $30,000. אין קאנטראסט קאסט די טייערסטע ארגינעלע עקארד נישט מער ווי $26,850 וואס מיינט א חילוק פון איבער $3,000.

  • האנדא סיוויק = $20,000
  • האנדא אינסייד = $19,000
  • טאיאטע פריוס = $20,000
  • פארד עסקעיפ = $29,000
  • לעקסוס אר-עקס = $48,500
  • טאיאטע היילענדער = $33,000

מען ערווארטעט אז די פרייזן פאר הייבריד אויטאס וועלן שטארק פאלן איינמאל עס וועלן זיין צענדליגער מאדעלן און דעמאלט וועט שוין איינמאל לוינען צו קויפן הייבריד אויפ'ן חשבון פון שפארן אויף גאזאלין וועלכע איז זייער טייער היינט צו טאג.