רוי:וועזואוו

ווערסיע פון 15:40, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

דער וועזואוו (איטאליעניש: Vesuvio, לאטיינישVesuvius) איז א וואולקאן מזרח פון נאפאלי וואס קוקט אויף דער נאפאלי איינגאס. ער איז איינער פון דריי טעטיקע וואולקאנען אין איטאליע (די אנדערע זענען עטנא און סטראמבאלי), און פון די שטערקסטע איבער דער וועלט.

דער אויסבראך פון וועזואוו אין יאר 79 לויטן ציווילן קאלענדאר האט פארטיליקט די רוימישע שטעט פאמפעי און הערקולאנעום. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס מען האט באריכטעט אן אויסבראך פון וועזואוו. זייט דעמאלסט האט ער אויסגעבראכן עטלעכע מאל און ער ווערט גערעכנט דער געפערלעכסטער וואולקאן אין דער וועלט צוליב דער גרויסער באפעלקערונג וואס וואוינט ארום אים. טאמער ער זאל אויסברעכן זענען דריי מיליאן מענטשן אין געפאר.[1]

דער לעצטער אויסבראך איז געווען אין יאר 1944 ביי דער  צווייטער וועלט מלחמה השנייה ווען דריי דערפער זענען  געווארן אומגעווארפן.

רעפערענצן