רוי:האמסטער

ווערסיע פון 15:35, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
אן האמסטער

דער האַמסטער איז א נאָגער װאס לעבט אין גאַנץ אייראָפּע. ער האָט אַ קורצן, דיקן קערפּער, קורצע לאַפּקעס און שאַרפע נעגל. זײַן האָר האָט פערשיעדענע פאַרבען, פון אויבען גרויליך-ברוין, דער קאָפּ רויט-ברוין מיט געלע און װײַסע פלעקען, דער בויך שװאַרץ, די פיס װײַס. ער גראָבט זיך אויס אינעם פעלד טיעפע לעכער מיט עטליכע אויסגאַנגען.

דער האַמסטער דערנערט זיך מיט אַלערײ פּראָדוקטן, אָבער בשעת די תבואָה װערט צײַטיג אויפן פעלד, דערנערט ער זיך נור מיט קערנער.

אויף װינטער קלײַבט ער אויף אין זײַן לאָך גרויסע פאָרראַטען (ביז 25 קילוגראַם) דערהויפּט פון תבואָה-קערנער, אַרבעס, באָב, װײַל דאָס װערט נישט פערדאָרבען. די קערנער ברענגט ער פון פעלד אין זײַנע גרויסע באַקען-טאַשען, װעלכע עפענען זיך אינם מויל. אָבער װײַל ער קאָן נישט אָנקלײַבען אַזעלכע גרויסע פאָרראַטען, װאָס זאָלען איהם קלעקען אויפן גאַנצען װינטער, פערברענגט ער דאָס גרטסטען טײל װינטער אין שלאָף.

דער האַמסטער ברענגט גרויס היזק די פעלדער, דערצו פארמערט ער זיך זייער שנעל. די נקבה װאַרפט צװײ מאָל אין יאָר צו 6-12 שטיק.

וועבלינקען