רוי:הינטערגראבער

ווערסיע פון 15:34, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
אַ JCB 3CX הינטערגראָבער

אַ הינטערגראָבער אדער גראָבער-לאָדער (ענגליש: Backhoe loader) איז אַ שווערע מאַשין וואס שליסט איין אַ טראַקטאָר-ענלעכע אָפּטיילונג מיט אַ לאָדער-ענלעכע לאָפּעטע אין דער פאָדערטייל און אַ רידל אויפן הינטערטייל. צוליב זייערע (רעלאַטיוו) קליינע גרייס און פארשידענע נוצן זענען הינטערגראָבערס זייער גאַנגבאַר אין שטאָטישע אינזשעניריע און קליינע קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן (ווי אַ קליינעם הויז, געהאַלטער פון שטאָטישע טראַקטן, אאַז"וו), און אויך אין אויסוואַקסנדיקע מדינות. דאָס סאָרט מאַשין איז ענלעך מיט און איז אַנטוויקלט געוואָרן פון וואָס מען רופט היינט אַ TLB ‏(Tractor-Loader-Backhoe), וועלכער איז אַ לאַנדווירטשאַפט טראַקטאָר אויסגעשטייַערט מיט אַ פראָנט לאָדער און אַ הינטער רידל.

דער הינטערגראָבער איז ערפינדעט געוואָרן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אין 1953 דורך דזשאָזעף סיריל באַמפאָרד (ענ'), דער באַגרינדער פון JCB.

זעט אויך

וועבלינקען

מוסטער:טראנספארט-שטומף