רוי:אלכסנדר הארקאווי

ווערסיע פון 07:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

אלכסנדר הארקאווי (רוסיש: Александр Гаркави), געבוירן 5 מאי 1863 נאווהארדאק, מינסקער גובערניע, רוסלאנד (אצינד בעלארוס), געש. 1939 ניו יארק, איז געווען א רוסיש-אמעריקאנער שרײַבער און לינגוויסט. ער האט ארויסגעגעבן פון די ערשטע אידישע ווערטערביכער.

לעבענסגעשיכטע

ער איז געווארן געבילדעט פריוואט. שוין יונגערהייט האט ער געוויזן א פארויסליבשאפט פאר פילאלאגיע. אום 1879 האט ער זיך געצויגן קיין ווילנע ווו ער האט געארבעט ביים דרוקער די ברידער ראם. אום 1882 האט ער עמיגרירט קיין אמעריקע, דערנאך קיין פאריז. שפעטער האט ער זיך געצויגן צוריק קיין אמעריקע, ווו ער האט זיך באזעצט אין ניו יארק.

דאס וואס יידיש איז געווארן אנערקענט אלס א שפראך איז אין א געוויסן מאס צוליב הארקאווי. זײַנע ווערטערביכער ווײַזן די רײַכקייט פון דעם יידישן וואקאבולאר פונקט אזוי ווי אנדערע שפראכן. כאטש וואס עס פעלט אויף יידיש גענוג טעכנישע טערמינען, קעגן דעם האט יידיש אן אויסערגעוויינליכע רײַכקייט פון אידיאמען און אויסשפראכן.

הארקאווי איז געווען א שרײַבער פון דער יידישער ענציקלאפעדיע

ארבעט