רוי:באטעריע

ווערסיע פון 07:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pא" ב־"פא")
פארשידענע עלעקטרישע באַטעריעס (פון אונטן רעכטס צו אויבער לינקס: צעלפאָן באַטעריע, ווידעא קאַמערע באַטעירע, C, צוויי AAA, צוויי 9V, אַמאַטאָר ראַדיא באַטעריע, D און צוויי AA

אן עלעקטרישע באַטעריע איז א צוזאמענשטעל פון געוויסע מאטעריאלן וואס האט דעם כח פארוואנדלען כעמישע ענערגיע אין עלעקטרישער ענערגיע. א באטעריע גיט ארויס אן עלעקטרישן שטראם וואס דאס טוט ערמעגליכן אז מאשינען א.ד.ג. זאלן האבן דעם קראפט מיט וואס צו ארבעטן גענוי ווי ווען מען שטעקט אריין אין וואנט א מאשין.

עס איז דא אויף עטליכע ערליי פארמאטן און שטארקייטן (וואלטאזש)

  • AAA (טריפל א) איז א סארט וואס ווערט היינט כמעט אממערסטנס באנוצט, און עס איז בעיקר געמאכט פאר קלענער סארט עלעקטערישע מעכאניזם
  • AA (דאבל א) איז די מערסט באנוצטע און איז אויך געמאכט פאר מערערע סארטן קליינע מאשינען א.ד.ג.
  • A איז היינט צו טאגס כמעט אומבאנוצט און עס איז זייער שווער אפילו זיך דאס איינצוהאנדלען
  • B איז אויך כמעט אן אומבאנוצטע סארט.
  • C ווערט גענוצט פאר עטוואס גרעסערע מאשינען צ.ב.ש. גרעסערע סארטן באטעריען-לעמפ (לאמטערל).
  • D ווערט גענוצט פאר נאך גרעסערע מאשינען, קלענערע סארטן הויך-הילכערס (ספיקער'ס), דראנט-לאזע שטויב-ציערס.
  • 9 וואלטאזש, וואס איז גענוצט פאר אזעלכע סארט אינסטרומענטן ווי פייער אלארמ'ס.
  • 12 וואלטאזש, ווערט גענוצט פאר אויטאמאבילן.
  • cr2 ווערט גענוצט פאר פארשידענע מעכאנישע געצייג, די מערסט באקאנטע זענען קאמערעס, אזוי אויך עלקטעראנישע טיימערס