רוי:רבי אלעזר בינדיגער
אפשטאם
רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב שמואל זאנוויל בינדיגער פון בארדיעוו, א זון פון הרב ברוך אברהם בינדיגער רב אין האנאשאוויץ (ער איז נפטר געווארן א' אלול ה'תרל"ה), א זון פון הרב שרגא פייוול בינדיגער, אן אור-אייניקל פון בית שמואל אויף אבן העזר. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אליעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון נועם אלימלך.
געשיכטע
נאך זיין חתונה האט רבי אלעזר געגעסן קעסט ביי זיין שווער, ביז ווען ער איז נפטר געווארן.
הסתלקות
רבי אלעזר איז נפטר געווארן יונגערהייט, אין יאר ה'תר"ם (אומגעפער), און האט איבערגעלאזט צווי יונגע יתומים, וועלכע זענען אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער שינאווער רב
פאמיליע
רבי אלעזר האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער ביז זיין פטירה. זייערע קינדער:
- הרב אלימלך בינדיגער (ה'תר"ך (אומגעפער) - ה'תרפ"ה (אומגעפער) ), רב אין שינאווא. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין שינאווא.
- מרת אסתר גיטל די ווייב פון הרב ישכר בלויגרונד (ה'תר"ל (אומגעפער) - ה'ת"ש), רב אין קאלוואריע.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר