רוי:אינפראסטרוקטור
אינפראַסטרוקטור (אין ענגליש: Infrastructure) איז דער טערמין געניצט צו באַשרייַבן די איינריכטונגען וואָס שטיצן מאָדערן מענטש לעבן.
טיפישע סטרוקטורעלע קאמפאנענטן זענען גאסן, בריקן, באנען, וואסער-פארזארגונג, עלעקטריע-נעץ און טעלעקאמוניקאציע.
עטימאלאגיע
דאס ווארט אינפראַסטרוקטור איז אריגינעל פון פראנצויזיש, וואו ס'מיינט א באזיס אדער פונדאמענט אויף וואס א סטרוקטור האלט זיך; אינפראַ = אונטן + סטרוקטור. פון דארט האט מען עס אדאפטירט אין ענגליש אלס די "בעיסיק" סטרוקטורן וואס פעלן זיך אויס פאר א שטאט צו פונקציאנירן, ווי געביידעס, גאסן, עלעקטרי, פלאמבינג, אא"וו.