רוי:אייזנבאן וואגאן

ווערסיע פון 07:12, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")

אן אייזנבאַן וואַגאָן איז אַ סארט אייזנבאַן געצייג וואס ווערט געבויט צו פירן פּאַסאַזשירן אדער פראַכט פון איין פּלאַץ צום צווייטן. געוויינטלעך ווערן די וואַגאָנען פאַרבונדן, וואס מאַכט אַ באַן. זיי קענען ווערן באַוועגט דורך אַ לאָקאָמאָטיוו אָדער מיט אַ זעלבשטענדיקער מאָטאָר (אַ מאָטאָר-וואַגאָן).

פּאַסאַזשירן וואַגאָן

 
אַ בריטיש רייל מאַרק 3 פּאַסאַזשירן וואַגאָן פון די 1970ער

אַ פּאַסאַזשירן וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פירן פּאַסאַזשירן אַלס אַ טייל פון אַ פּאַסאַזשירן באַן צווישן באן סטאנציעס. פּאַסאַזשירן וואַגאָנען געוויינטלעך אנטהאַלטן רייַען פון דריי ביז פינף זיצערטער אין צוויי זייַטן פון אַ צענטראַלער פּאַסאַזש לענגאויס דער וואַגאָן, אדער גרופעס פון זעקס ביז אַכט זיצערטער אין קליינע קופּעס לענגאַויס אַ זייַטיקער פאָיע. צווישן די זיצערטער זענען אָפט דאָ טישן פאַר די פּאַסאַזשירן. עס אויך זענען דאָ פּאָלציעס פאַר די באַגאַזשניקס פון די פּאַסאַזשירן, און אפשר אויך אייַנלאַגערונג קופּעס פאַר גרויסע אָביעקטן ווי וואַליזעס אדער ביציקלען.

פראַכט וואַגאָן

 
אַ קליינער געשלאָסענער לאַסט וואַגאָן אויף דער רעטישער באַן אין דער שווייץ

אַ פראַכט וואַגאָן אדער לאַסט וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פירן פראַכט אַלס אַ טייל פון אַ פראַכט באַן צווישן סחורה ערטער. עס זענען דאָ פאַרשידענע סאָרטן פראַכט וואַגאָנען לויט דעם סאָרט פראַכט אין טראַנספּאָרט, און אָפט זענען דאָ פאַרשידענע סאָרטן וואַגאָנען אין איין באַן.


מוסטער:טראנספארט-שטומף