רוי:יונג יידיש

ווערסיע פון 01:00, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
דער לאגא פון יונג יידיש

יונג יידיש איז א געזעלשאפט פון א גרופע מיט יונגע טעטיקערס וואס זייער ציל איז צו אנהאלטן די יידישע שפראך זאל נישט פארניכטעט ווערן. געגרינדעט אין 1991 און אנגעפירט ווי הויפט דירעקטאר פונעם קינסטלער שרייבער און קולטור-טוער מענדי קאהן אדער מנחם כהנא, זייט 2016 איז דער הויפט וואלונטערן אלי בענעדיקט, און זייט 2019 איז ער דער כלל-אנפירער אונטער מענדי,

געשיכטע

זאמעלונג

 
א אויסשטעלונג אין יונג יידיש

יונג יידיש האט א זאמלונג פון איבער 100,000 יידישע ביכער, צייטשריפטן, פלאטעס, דאקומענטן אא"וו. און איז היינט איינע פון די פינף גרעסטע אידיש-זאמלונגען אויף דער וועלט.

אקטיוויטעטן

יונג יידיש ארגאניזירט קאנצערטן, אויסשטעלונגען, יום טובדיקע אימפרעזעס ווי אויך יידיש-לימודים, מיט וועלכע האט געפלעגט פירן דער לערער חנן בארדין פון דער העברעאישער אוניווערסיטעט, און אין שפעטרדיגע יארן פאלינא בעלילאווסקי, ווי אויך א לייען גרופע מיטן נאמען "רעדן יידיש" וואס איז געפירט דורך אלי בענעדיקט.

 
היכל פון יונג יידיש אין א קאנצערט 2021

די געזעלשאפט פארמאגט צוויי גרויסע ביבליאטעקן וואס זי האט געשאפן דורך א נאציאנאלער זאמל-פראיעקט אין ישראל פון יידישע ביכער : איינע, זינט 1993 אין ירושלים, אויף ירמיהו גאס 52 און די צווייטע, זינט 2006 אינעם ארטיסטן אפטייל פון דער תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע אין תל אביב. יונג יידיש פירט אויך אן מיט אימפרעזעס, פראָיעקטן און פראדוקציעס אין גאנץ ישראל און אין אויסלאנד.




וועבלינקען

 

אידישע נייעס • יידישע וויקיפעדיע • אייוועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל • אידיש24

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!