רוי:יהואש (מלך יהודה)

ווערסיע פון 00:17, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
יהואש מלך יהודה

יהואש בן אחזיהו איז געווען דער צענטער קעניג פון די מלכי יהודה.

דער פסוק זאגט: בן שבע שנים יהואש במלכו.

יהואש איז געווען אלט זיבן יאר ווען ער איז געווארן מלך. פערציק יאר האט ער געקעניגט אין ירושלים. זיין מאמע איז געווען צביה פון באר שבע.

ער האט זיך געפירט ערליך און געגאנגען אינעם גלייכן וועג. ער האט אויסגעראטן אלה עבודה זרהס פונעם לאנד יהודה און געבויגן יידישע הערצער צום באשעפער. איין עבירה האט ער אבער יא דורכגעלאזט, אז די יידן האבן נאך מקריב געווען קרבנות ביי זיך אינדערהיים אויף א במת יחיד.

איבערבויען דאס בית המקדש

יהואש האט געוואלט פאררעכטן דעם בית המקדש, אבער קיין געלט איז נישט געווען ווייל די מלכה עתליהו האט אויסגעניצט דאס געלט פון די אוצרות פאר צוועקן פון עבודה זרה. האט יהואש דערפאר אנגעזאגט די כהנים און די לוויים: פון היינט אן זענט איר אויפן געלט פון הקדש. יעדער איינער פון אייך האט די פליכט איינצומאנען געלט פאר הקדש פון אייערע קרובים און באקאנטע. מוסטער:מלכי יהודה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!