רוי:ציש"א
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "ציש"א".
ציש"א איז ראשי תיבות פון צענטראלע יידישע שול ארגאניזאציע. ציש"א איז מיסד געווארן אין 1921, דורך דעם בונד, פועלי-ציון לינק און אויך די פאלקיסטן. צווישן די וועלט מלחמות זיינען געווען א סך ציש"א שולן אין אומאפהענגיק פוילן. אין ציש"א שולן זיינען אלע לימודים געווען אויף יידיש. די אידיאלאגיע פון ציש"א איז געווען סאציאליסטיש, וועלטלעך און יידישיסטיש.