רוי:אטא פאן ביסמארק

ווערסיע פון 09:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
פאן ביסמארק, 1875
אטא פאן ביסמארק אלס קאנצלער פון פרייסן

אטא עדוואַרד לעאפאלד פֿאן ביסמאַרק (דייטש: Otto Eduard Leopold von Bismarck-Schönhausen‏; 1טן אפריל 1815 - 30סטן יולי 1898), באוואוסט ווי דער "אייזערנער קאנצלער", איז געווען קאנצלער (פרעמיער מיניסטער) פון פרייסן (1862-1873). ביסמארק האט פאראייניקט דייטשלאנד אין א סעריע פון מלחמות, און איז געווארן דער ערשטער קאנצלער (1871-1890) פון דער דייטשער אימפעריע, און ווערט גערעכנט דער פאטער פונעם דייטשן פאלק. ביסמארק איז געווען א קאנסערוואטיווער, אריסטאקראטישער און מאנארכיסטישער פאליטיקער. ער האט איינגעפירט געזונט פארזיכערונג און פענסיעס פאר ארבעטער.