רוי:אחז

ווערסיע פון 09:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
אחז מלך יהודה

אָחָז איז געווען מלך פֿון מלכות יהודה אין דער צײַט פֿון ערשטן בית המקדש. אחז האָט געקעניקט אומגעפֿער אין די יאָרן 720–735 פֿאַר דער געווײנלעכער צײַט–רעכענונג. וועגן די מעשים פֿון אחז ווערט דערצײלט אין ספֿר מלכים ב' קאַפיטל ט”ז (ווי אויך אין דבֿרי הימים און ספֿר ישעיה). דאָרט ווערט אָנגעגעבן, אַז ער האָט אײַנגעפֿירט אין לאַנד יהודה און ירושלים די געצן–דינערײַ און האָט געטאָן „דאָס שלעכטע אין די אויגן פֿון גאָט“. אין זײַן צײַט האָבן די מלכים פֿון מלכות ישראל (אפֿרים) און פֿון לאַנד ארם אַנגעהויבן אַ מלחמה קעגן לאַנד יהודה און זענען צוגעקומען מיטן מיליטער ביז ירושלים. אחז האָט זיך געווענדעט נאָך הילף צו תגלת פלאסר דעם מלך פֿון אשור. פֿון דעמאָלט אָן איז יהודה געוואָרן אָפהענגיק פֿון אשור: דער נאָמען פֿון אחז ווערט אויך דערמאָנט אין די פֿלעקלשריפֿטן פֿון אשור. ער הײסט דאָרט „יאַ–חאַ–זו“, דאָס הײסט „יהואחז“. און עס איז פֿאַראַן אַ מײנונג, אַז דעריבער האָט מען אין תנ"ך אים גערופֿן נאָר אחז כּדי נישט צו דערמאָנען אויף דעם געצן–דינער דעם נאָמען פֿון גאָט. אין זײַן צײַט פֿאַלט אויס אַ טײל פֿון נבֿיאות–זאָגן פֿון ישעיה הנביא.

מוסטער:מלכות יהודה