רוי:אויטאסטראד

ווערסיע פון 22:34, 11 יוני 2020 דורך YI>פוילישער (←‏גאַלעריע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אן אויטאסטראַד אין שוועדן .
א שאָסיי אין קאַנאַדע

אן אויטאסטראַד איז אַ שאָסיי וואס איז געמאכט כדי צו לאָזן די פאַרקער אַרומפאָרן זיכער ביי הויכע גיכן. זיי זענען באַוווסט מיט פאַרשידענע טערמינען אַרום דער וועלט. דער נאָמען motorway מאָטאָרוויי ווערט געניצט אין דעם פֿאַראייניקטן קעניגרייך, אירלאַנד, ניו זילאַנד און עטלעכע אנדערע קאמאנוועלט לענדער. אין צפון אַמעריקע און אויסטראַליע, ניצט מען דעם נאָמען freeway פֿריוויי. אין דייטשלאַנד, ווערט ער גערופֿן אן אויטאָבאַן .

אויף אן אויטאסטראד קענען פֿארן פֿיל . זיי פירן פילע פֿאָרמיטלען גאנץ גיך. זיי האָבן נישט קיין פאַרקער-ליכטסיגנאַלן אָדער גאַסן־שניידפונקטן. אלע גאסן וואס טרעפֿן דעם שאָסיי גייען אַריבער אַ בריק אָדער אין אַ טונעל. ווען מען פֿאָרט אריין אין אן אויטאסטראד פֿארט מען אויף אן אריינפֿיר־געסל און אזוי אויך פֿאָרט מען ארויס אויף אן ארויספֿיר־געסל, דאָס אלץ בכדי נישט צו שטערן דעם דורך־פֿאַרקער.

אויף אן אויטאסטראד לאזט מען נישט אריין קיין פֿיסגייער און אויך נישט קיין וועלאסיפעדן.

אן אויטאסטראד ווערט צעטיילט מיט צוויי אדער מער פֿארקער־ליניעס אין יעדער ריכטונג.

גאַלעריע