רוי:רישי סונאק

ווערסיע פון 04:56, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
רישי סונאק
מדינה הממלכה המאוחדת[[טעקע:מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|22x16pxpx|הממלכה המאוחדת]] הממלכה המאוחדת
פרעמיער מיניסטער
25 אקטאבער 2022 – אמטירט
שאצקאנצלער
13 פעברואר 20205 יולי 2022
מיטגליד פון פארלאמענט פאר ריטשמאנד (יארקס) דיסטריקט
7 מאי 2015 – אמטירט

רישי סונאַק (ענגליש : Rishi Sunak; געבוירן דעם 12טן מאי 1980) איז דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. ער איז געווארן דער פירער פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי אום 24סטן אקטאבער 2022, און רעפרעזענטירט דעם ריטשמאנד (צפון יארקשיר) וויילדיסטריקט אינעם פֿ"ק פארלאמענט. ער האט געדינט ווי שאצקאנצלער אין באָריס זשאנסאנ'ס קאַבינעט פון פעברואר 2020 ביז ווען ער האט רעזיגנירט אין יולי 2022.

ביאגראפיע

סונאק איז געבוירן געווארן אין האמפשיר, דער זון פון עלטערן פון אינדישן אפשטאמונג. זיין פאטער איז געווען אן אַלגעמיינער דאקטער אין דער נאַציאנאַלער געזונט באדינוג און זיין מוטער האט געפירט איר אייגענעם אַפּטייק.

ער האָט געלערנט אין ווינטשעסטער קאָלעדזש, און דערנאך אין אָקספֿאָרד אוניווערסיטעט, און איז געווארן באלוינט מיט א פולברייט סטיפענדיע פֿאַר ביזנעס אַדמיניסטראַציע אין סטאַנפֿאָרד אוניווערסיטעט אין די פאַרייניגטע שטאַטן. ער איז דער גרינדער פון די TCI איינצאם פֿאנד.

אין די 2015 אלגעמיינע וואלן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך, איז ער ערוויילט געווארן צו רעפרעזענטירן ריטשמאנד (יארקשיר) אין דעם הויז פון קאמאנס, נאכן געווינען א מערהייט פון 51.4%. אין די פֿ"ק אַלגעמיינע וואַלן אין 2017 האט ער געווינען נאך א קאדענץ מיט אַ מערהייט פון 63.9%. ער האט געדינט ווי אַ מיטגליד פון דער סביבה, עסן און דאָרפישע געגנטן קאַמיטעט.

אין יאנואר 2018 האט מען אים באשטימט דעפּוטאַט מיניסטער פון באוואוינונג, געמיינדעס און לאקאלער רעגירונג אין דער רעגירונג פון טערעזאַ מיי . אין יולי 2019 איז ער געווארן הויפּט סעקרעטאַר פונעם שאצקאמער (דער צווייט־וויכטיקסטער מיניסטער אין דעם בריטישן שאצקאמער).

אום 20סטן פעברואר 2020, האט מען אים באשטימט שאצקאנצלער אין דעם קאַבינעט פון באָריס זשאנסאן.

סונאק איז געהייראט צו אקשאטא מורטי, טאָכטער פון דעם גרינדער פון אינפֿאסיס, נ. ר. נאראיאנא מורטי און דער שריפשטעלערין סודא מורטי. זיי זענען די עלטערן פון צוויי טעכטער.

וועבלינקען

מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניקטן קעניגרייך