רוי:פרשת עקב
פרשת עקב איז די דריטע סדרה אין ספר דברים.
מען לייענט פרשת עקב שבת וואס געפאלט איינער פון די טעג: י"ח אב, כ' אב, כ"ב אב אדער כ"ג אב).
אינהאלט
אין דער סדרה ווערט דערמאנט:
- אז מען דארף פארטרייבן די כנענים און עבודה זרה פון ארץ ישראל
- דער חטא העגל
- די שבעת המינים
- די מצוה פון בענטשן נאכן עסן
- די צווייטע פרשה פון שמע, ד"ה והיה אם שמוע
הפטרה
מען לייענט די הפטורה "ותאמר ציון עזבני ד' ", די צווייטע פון די זיבן הפטורות פון נחמה.