רוי:סעמיטישע שפראכן

ווערסיע פון 04:34, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
די קלאַסיפיקאַציע און פאַרטרעטער פון סעמיטישע שפּראַכן.

סעמיטישע שפּראַכן איז אַ שפּראַך פאַמיליע פאַרשפּרייט אין מיטלן מזרח און צפון און מזרח אַפריקע, אַ צווייג פון אַפראַזיאַטישע שפּראַכן. די מערסטנס פאַרשפּרייטע סעמיטישע שפּראַכן זיינען אַראַביש (בערך 300 מיליאָן ריידערס), אַמהאַריש (22 מיליאָן), טיגריניאַ, עברית (7 מיליאָן ביידע) און מאָדערנער אַראַמיש (550 טויזנט). תנכישער העברעאיש, ווי אויך לשון חכמים און תרגום לשון געהערן צו סעמיטישע שפּראַכן.

דער באַגריף "סעמיטיש", סיי פאַר די לשונות און סיי פאַר די פעלקער וואָס ריידן אויף זיי, שטאַמט פון דעם נאָמען פון שם, נחס זון.

געשיכטע

ס'זיינען דאָ אַ ריי השערות בנוגע דעם, וואו און ווען די סעמיטישע שפּראַכן זיינען דערשינען.[1] לויט לעצטע אָפּשאַצונגען איז די פּראָטאָ־סעמיטישע שפּראַך אויפגעקומען אויפן שטח פון היינטיקן לעוואַנט בערך 6000 יאָר צוריק. איין צווייג האָט דורכן אַראַבישן האַלבאינדזל דערגרייכט מזרח אַפריקע, וואו זי האָט זיך צעטיילט און געבליט אַלס אַ גרויסע גרופּע: עטיאָסעמיטישע שפּראַכן.[2]

פאָנאָלאָגיע

די פּראָטאָסעמיטישע שפּראַך האָט געהאַט 29 קאָנסאָנאַנטן, וואָס כמעט אַלע פון זיי זיינען נאָך אויפגעהיט אין מאָדערנעם אַראַביש:[3]

פּראָטאָסעמיטיש לשון קודש אַראַמיש אַראַביש אַקאַדיש אַמהאַריש
א א ʔ Ø Ø
*b ב ב b b b
*d ד ד d d d,ǯ
*ḏ ז ד z z,ž
*g ג ג ǯ g g,ǯ
*h ה ה h Ø Ø
*ḥ ח ח Ø Ø
*ḫ ח ח Ø
*k כ כ k k k,č
*ḳ ק ק q ḳ,č̣
*l ל ל l l l
*m מ מ m m m
*n נ נ n n n,ñ
*p פ פ f p f
*r ר ר r r r
*s ס ס s s s,š
שׂ ס š š s,š
ש ש s š s,š
*ṣ צ צ ṭ,č̣
*ṣ̂ צ ע ṭ,č̣
*t ת ת t t t,č
*ṭ ט ט ṭ,č̣
*ṯ ש ת š s,š
*ṯ̣ צ ט ḏ̣ ṭ,č̣
*w ו, י ו, י w w w
*y י י y y,Ø y
*z ז ז z z z,ž
ע ע γ Ø Ø
ע ע ʕ Ø Ø

גראַמאַטיק

שרשים

דער יסוד פון דער גראַמאַטיק פון סעמיטישע שפּראַכן איז אַ סיסטעם שרשים. אַ שורש באַשטייט בדרך כלל פון דריי קאָנסאָנאַנטן און פאַרשידענע ווערטער ווערן געשאַפן דורך דער כסדרדיקער אָנווענדונג פון משקלים: מוסטערן פון וואָקאַלן און אַפיקסן, וואָס גיבן איבער באַשטימטע באַדייטונגען און אַספּעקטן.[4] אין אַ ברייטערן קאָנטעקסט שטאַמט די דאָזיקע סיסטעם פון אַ פריערדיקער סיסטעם פון צוויי־קאָנסאָנאַנטישע, וואָס מען טרעפט אין אַנדערע אַפראַזיאַטישע שפּראַכן. די שפּורן פון דער צוויי־קאָנסאָנאַנטישקייט קען מען אויך געפינען אין די סעמיטישע שפּראַכן גופא: אין אַ סך פאַלן איז דאָ אַ פאַראַלגעמיינערטער טייטש פאַר אַ גאַנצער ריי שרשים, וואָס שיידן זיך אונטער בלויז אין איין קאָנסאָנאַנט.[5] אַזעלכע שרשים ווי "שם" אָדער "דם" באַשטייען לכתחילה פון צוויי קאָנסאָנאַנטן און זייערע קרובים קען מען געפינען אין אַנדערע אַפראַזיאַטישע שפּראַכן.[6]

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Huehnergard2011
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kitchen2009
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kogan2005
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Gensler2011
  5. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Militarev2005
  6. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wolff2005