רוי:נייטרא ישיבה

ווערסיע פון 04:32, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")


די נייטרא ישיבה איז א ישיבה וואס איז געגרינדעט אין דער שטאט נייטרא, סלאוואקיי, אונטער דער פירערשאפט פון הרב שמואל דוד אונגאר זצ"ל, און איז נאך דעם קריג תיכף ערעפנט געווארן אויף די אינציאטיוו פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, און איז אנגעפירט געווארן דורך זיין שוואגער דער זון פון דעם נייטרא רב, הרב שלום משה הלוי אונגאר.

די ישיבה אין דער היים

ווען דער נייטרער רב הרב שמואל דוד אונגאר איז געווארן רב אין טירנוי האט ער דערביי אויך אויפגעמאכט די ישיבה, באקומענדיג שטיצע פון זיין פעטער און רבי'ן ר' נח ברוך פישער, און ער האט גאר שיין מצליח געווען מיט די ישיבה, האבנדיג פילע עילויים און מתמידים אין ישיבה.

ווען די קהילה אין נייטרא האבן געוואלט אז דער רב זאל אריבערקומען ווערן רב אין נייטרא, האבן זיי זיך אונטערגענומען צו שטיצן די ישיבה מיט א ברייטער האנט, און אזוי ארום האט זיך די ישיבה'ס נאמען גאר שטארק געהויבן, און די נייטרא ישיבה איז געווארן א אויסגערופענע גוטע ישיבה איבער גאנץ אייראפע.

די ישיבה ווערט אויפגעלעזט

אין דער צייט ווען די דייטשן האבן אינוואדירט סלאוואקיי אין יאר תש"ב זענען רוב ישיבות און תורה צענטערן איבערן לאנד געווען געצווינגען אפצושפארן זייערע טויערן, די נייטרא ישיבה האט אבער באקומען פון די רעגירונג א באשיצטע סטאטוס א שטייגער ווי א שפיטאל, דורך פראטעקציע, און אזוי ארום האט זיך דער קול תורה אין ישיבה געצויגן ביז די סאמע הויכפונקט פון די צרות, אום אלול תש"ד, וואס דאן האט זיך די ישיבה געשלאסן אויף עטליכע מאנאטן, ביז דער ענדע פונעם קריג.

די ווידער ערעפענונג פון דער ישיבה

באלד אין חודש אייר תש"ה, קארגע אכט חדשים נאך וואס די ישיבה איז געצווינגען געווארן זיך צו שליסן, איז דער נייטרער רב'ס זון ר' שלום משה הלוי אונגאר שוין צוריק אנגעקומען קיין נייטרא, און האט באלד מיטן צוריקקער ווידער ערעפנט די נייטרא ישיבה.

עטליכע חדשים שפעטער זעענדיג אז אין נייטרא וועט מען שוין קיין אידישקייט נישט קענען ווידער איינפלאנצן, האט ער באשלאסן זיך צו קערן אויף ניו יארק אויפן רוף פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל און נאך עטליכע פריערדיגע נייטרא תלמידים.

עס איז וויכטיג אנצומערקן אז יארן פארן קריג האט דער נייטרער רב הרב שמואל דוד אונגאר געהאט א דיון צו ער זאל אננעמען דאס רבנות שטעלע אין נייטרא און איבערלאזן טירנוי, האט ער זיך דאן אנגערופן צו איינער פון די שטוב לייט "איך פיל אז עס וועט קומען א צייט וואס אין גאנץ אייראפע וועט נישט זיין קיין תורה און נאר אין נייטרא וועט זיין תורה", און די ווערטער זענען טאקע וואהר געקומען אין די שווערע יארן פון תש"ב ביז תש"ד ווען איבעראל האט מען שוין אהיימגעשיקט די ישיבה לייט צו זייערע וואוין ערטער און נאר אין נייטרא האט מען נאך ממשיך געווען מיט די סדרי הישיבה.

די ישיבה אין גלות

אזוי ווי אין סלאוואקיי האט מען נישט געקענט בלייבן, צוליב די קאמוניזם וואס האט איבערגענומען די גאנצע ווירטשאפט, האט די ישיבה זיך אויפגעהויבן אין געגאנגען אין גלות מיטן ציל אנצוקומען קיין אמעריקע.

די ערשטע סטאנציע איז געווען אין דער שטאט ווערסיי, פראנקרייך, דארטן האט זיך די ישיבה אויפגעהאלטן פאר א תקופה.

די ישיבה קומט אן קיין אמעריקע

וויליאמסבורג די ערשטע סטאנציע פון דער ישיבה

סאמערוויל

די ערשטע סטאנציע פון די ישיבה אינדרויסן פון שטאט איז געוועזן אין סאמערוויל, דארטן האט זיך די ישיבה אויפגעהאלטן אויף איין יאר, אנצינד רעדט מען פון שנת תש"ז.

יענעם יאר שבועות זענען אלע גדולים וואס זענען דעמאלטס שוין געווען אין אמעריקע זיך צוזאמען געקומען אין דעם נייטרא יישוב/ישיבה, א שטייגער ווי בעל דברי יואל מ'סאטמאר, און רבי מענדעלע סטראפקאווער, רבי יונתן שטייף אבד"ק קהל עדת יראים וויען, און נאך רבנים ואדמורים.

דער סאטמארער רב איז דארטן למעשה פארבליבן דעם גאנצן זומער, און ער איז ערשט צוריק געפארן אויף די ימים נוראים אין שטאט אריין.

סאמערוויל ארבעט זיך נישט אויס

ווייל ס'איז נאר געווען א געדינגענע פלאץ

דער יישוב אין מאונט קיסקא

די ישיבה האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאונט קיסקא צום נייטרא יישוב אין יאר תש"ח.

די ישיבה האט פארמאגט אירע גרויסע ראשי ישיבות:

רבי יצחק זאב מאיער, בעל מהרש"א הארוך רבי יונה פארסט, לאנגיעריגע ראש ישיבה רבי יעקב אהרן פישער רבי בנימין חיים שטיינער טאבע רב ר' שמחה יודא טעמפלער רבי אשר פארסט רבי יעקב פנחס גורעלניק רבי יוסף עמרם ווייסמאנדל ז"ל א זון פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל רבי אברהם שאהר

די ישיבה היינט

אזוי ווי די ישיבה איז געפירט געווארן דורך צוויי משפחות, איז שפעטער אויסגעקומען אז עס איז צוטיילט געווארן אין צוויי באזונדערע ישיבות. איינע פון די היינטיגע ישיבות איז אנגעפירט דורך היינטיגן נייטרא רב, רבי שמואל דוד הלוי אונגאר, אין די צווייטע איז אנגעפירט דורך ר' מיכאל בער, אן אייניקל פונם אלטן ראש ישיבה רבי מיכאל בער ווייסמאנדל.

די ישיבה קטנה פון הרב אונגאר האט צוויי געביידעס, איינע אין מאנסי, וואס הייסט "ישיבה אהלי שם ד'נייטרא" וואו דער מנהל איז ר' משה האראוויטץ, אין די צווייטע וואס הייסט "ישיבה נאות דשא ד'נייטרא" געפינט זיך אין וויליאמסבורג, וואו דער מנהל איז הרב יעקב מאסקאוויטש.

די ישיבה גדולה פון הרב אונגאר געפינט זיך אויפן אלטן מקום אינם נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא אויבן אויפן בארג; דער ראש ישיבה איז דער רב אליינס, און מנהל איז ר' יעקב הערש אויש פון וויליאמסבורג, די ישיבה גדולה האט ארום 50 בחורים.

די ישיבה קטנה פון הרב ווייסמאנדל איז אין דעם יישוב אין מאונט קיסקא, הארט גלייך צו דער ישיבה גדולה פון הרב אונגאר. דער מנהל איז ר' אברהם שלמה אבראהאם פון בארא פארק צוזאמען מיט ר' פנחס מנחם ווייסמאנדל פין מאנסי די ר"י'ס ברידער. די ישיבה גדולה פון הרב ווייסמאנדל געפינט זיך אין טשעסטער אייבערשטאט ניו יארק אונטער דעם ראש ישיבה ר' מיכאל בער ווייסמאנדל און מנהל ר' שלמה משה קופטשיק פון מאנרא. כהיום פארמאגט די ישיבה גדולה אליין איבער 130 בחורים.

און דאס איז אויסער די תלמוד תורה וואס די תלמידים פון די נייטרא ישיבה האבן געעפנט אין וויליאמסבורג, אויפן באפעל פון הגה"צ רבי שלום משה הלוי אונגאר, דער נייטרא רב, אין יאר פון חשון תשס"ג, און די תלמוד תורה האט היינט צוטאגס איבער פינף הונדערט קינדער, די תלמוד תורה הייסט "תלמוד תורה תולדות שלום משה דנייטרא" און איז בנשיאות רבי שמואל דוד הלוי אונגאר, נייטרא רב.

אין אויך אין וויליאמסבורג האט די נייטרא מוסדות א מיידל שולע, גערופן "בנות סערל ד'נייטרא" נאך דער נייטרא רעבעצין מרת סערל אונגאר, די ווייב פון רבי שלום משה הלוי אונגאר.